top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה תורה חגרי שק • הגה"ח ר' שמואל ראזענגארטן זצ"ל חבר בד"ץ מחזיקי הדת למנוחת



תורה תורה חגרי שק: א שווערע יתמות האט זיך אראפגעלאזט אויף די גאנצע חרדישע וועלט מיט די הסתלקות פון הגאון החסיד רבי שמואל יששכר רוזענגארטן זצ"ל ראש ישיבת בעלזא בארה"ק און לאנגיעריגע חבר הבד"ץ מחזיקי הדת אין עלטער פון 89 יאהר. דער ראש ישיבה זצ"ל איז געבוירן אין שווייץ צו זיין פאטער הרב אברהם דוד רוזענגארטן ע"ה און איז געווען אן איידעם ביי הרה"ח ר' משה מעד ע"ה מזקני חסידי סאדיגורה וועמענ'ס יארצייט געפאלט היינט. אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין ישיבה אין לוצערן ביי הגאון ר' יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל און שפעטער איז ער ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל ווי ער האט געלערנט אין 'ישיבת חברון' ווי ער איז נתקרב געווארן צו הרה"ק מבעלזא זי"ע.


שוין אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען באוואוסט אלס גרויסע תלמיד חכם מיט זיין געוואלדיגע גאונות און חריפות און בשנת תשמ"ט איז ער אויפגענומען געווארן אלס חבר הבי"ד פון די בעלזא קהלה אין ירושלים און אזוי אויך אלס דער ראש הישיבה פון אלע בעלזא ישיבות אין ארה"ק. שפעטער איז ער אויך אויפגענומען געווארן אלס חבר אין 'וועד הישיבות' און חבר הנשיאות אין מפעל הש"ס. אלע יארן האט ער געוואוינט אין קרית בעלזא און האט זיך געהאלטן פאר א חסיד נאמן פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. פארלאפענעם חודש טבת האט ער זיך צום ערשטן מאל באגעגענט מיט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, ביים ניחום אבלים בבית פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א. די לויה גייט ארויס מארגען לענגאויס די גאסן אין קרית בעלזא ווי ער וועט קומען לקבורה אויפן הר המנוחות. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.



תגובות


bottom of page