דאנערשטאג פ' בשלח • ט"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
אן ערהאבן מעמד ''חלוקה משולשת'' איז פארגעקומען די וואך דורכן מפעל הכביר "קרן הצלה" פאר די מוסדות התורה והחינוך על טהרת הקודש אין ארץ ישראל.
צוליב די מצב המלחמה האט מען די ערשטע מאל אין די היסטאריע זונט די התייסדות פון קרן הצלה פארגעזעצט א חלוקה פון 3 מיליאן דאלער פאר איבער 200 בתי חינוך על טהרת הקודש. אין די יעצטיגע גאר שווערע מצב וואס די מנהלי המוסדות מיטשען זיך געפערליך און קומען ארויס קיין חוץ לארץ און פלאגן זיך צו שאפן געלט איז יעצט געקומען אזא מין אומגעראכטענע ישועה פון אזעלכע סכומים...
די מעמד איז פארגעקומען אין די עדה החרדית הויפטקווארטירן אין בנייני "זופניק", בראשות פון די שרי התורה חברי בי דינא רבא דירושלים עיה"ק, במעמד פון אלע מנהלים וואס זענען געקומען פון גאנץ לאנד מדן ועד באר שבע. ביים מעמד האט הרבני החסיד ר' שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו יו''ר קרן הצלה וועלעכע איז ספעציעל געקומען צופארן אין געלאזט הערן אויסטערלישע דברי התרגשות ביים מעמד קידוש ד' וואו ער האט זיך באדאנקט פאר אלי אלע אידן, אומערסטענס תלמידי וחסידי סאטמאר פון אמעריקא אין קאנאדא וועלכע האבן צושטאנד געברעגנט די חלוקה.
דערנאך האבן די חברי הבית דין צדק פארטיילט די תמיכות פאר די חשובע מנהלי המוסדות, אין צוגאס צו די הוספה וואס מען האט מוסיך געוועהן לאור המצב אין ארץ ישראל.
Comments