מיטוואך פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
תלמידי וחסידי דושינסקיא האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די פרישע קהילה קדושה דושינסקיא וואס ווערט געגרינדעט אין "קרית דושינסקיא" אין שטאט הר יונה.
ווי שוין ברייט באריכטעט איז מיט עטליכע חדשים צוריק פארגעקומען דער גרויסאַרטיגער מעמד "יסדת עוז" פאר די ערשטע הונדערט יונגעלייט נחשונים פון די קהילה וועלכע האבן געקויפט דירות אינעם נייעם געגענט "קרית דושינסקיא" אין הר יונה, וואו מ'וועט אוועק שטעלן א יסוד איתן פאר די הייליגע קהילה און די מוסדות התורה והחינוך וואס וועלן געבויעט ווערן אינעם קרית מלך רב לשם ולתפארת.
ווי באוואוסט, הערשט היינט צו טאג א דירות קריזיס וואו עס איז דא א שטארקער מאנגל אין דירות פאר היימישע אידן אין די גרעסערע שטעט, בפרט דערנאך וואָס די פרייזן זענען דראסטיש געשטיגן, די היימישע עסקנים פונעם חרדי'שן ציבור אין ארץ ישראל, אזוי אויך די עסקני הקהילות האבן זיך אין די לעצטע יאהרן אריינגעלייגט צו שאפן דירות אין קלענערע און ווייטערע געגענטער אין לאנד, לינדערן די גרויסע מאנגל אין דירות וועלכע הערשט איבעראל.
די דאזיגע פלענער זענען ארויפגעברענגט געווארן אויפ'ן טיש ביי אן אסיפה מיט צוויי יאהר צוריק פון עסקני קהילה קדושה בית יוסף צבי דושינסקיא, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וואו עס איז טאַקע שפּעטער אונטערגעקומען דער פראיעקט פון ק"ק דושינסקיא אין הר יונה, וואו אין לויף פונעם יאר האבן זיך שוין איבער הונדערט יונגעלייט איינגעשריבן און שוין געקויפט דירות אינעם נייעם "קרית דושינסקיא" אין שטאט.
מיט אן האלבע יאר צוריק איז געקומען די הוראה פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א צו אנפאנגען צו בויען און גרינדן די מוסדות התורה והחינוך, כוללים פאַר די אברכים, א תלמוד תורה און א בית חינוך לבנות, ווען דער גולת הכותרת איז דער צענטראלער בנין פון די קהילה וואס וועט אנטהאלטן אין זיך א ביהמ"ד הגדול מיט שטיבלעך, א מקוה טהרה און חתונה זאל און אלע אנדערע געברויכן וואָס פעלט זיך אויס פאר א קהילה.
די קריה נאמנה ווערט שוין פארענדיגט אין די טעג מיט איר ערשטן טייל, ווען די ערשטע פינף געביידעס וואס באשטייט פון 120 דירות האלטן שוין ביי די לעצטע פאזעס און גרייט צום ארייננעמען די פרישע איינוואוינער בס"ד ובשעטומ"צ.
ומחיל אל חיל איז דעם פארלאפענעם זונטאג תולדות לסדר "כי עתה הרחיב לנו ה' ופרינו בארץ" נתייסד געווארן בברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א די "ת"ת מהרי"ם דושינסקיא" אינעם קריה אין הר יונה, וואו עס וועלן אי"ה נתחנך ווערן די ילדי החמד קינדער פון די תושבי הקריה בהווה ובעתיד. אויפדערווייל איז געגרינדעט געווארן די ערשטע דריי קלאסן אונטער א ספעציעלער רוחניות'דיגער שטאב פון מחנכים און מלמדים מומחים. גלייכצייטיג איז אין די טעג געשלאָסן געוואָרן די מקח אויף א גרויסן באדן אין עק פון די קריה, וואו עס וועט געבויט ווערן אין די נאנטע צייט א בנין אדיר ומפואר פאר די ת"ת.
אזוי אויך איז געעפנט געווארן די לעצטע וואכן די שערי בית המדרש דק"ק דושינסקיא בתוככי קריה נאמנה, א בית ועד להתעלות בתורה ועבודה בדרך הצדיקים לבית יוסף צבי אויף א צייטווייליגן ארט, ווען אין די זעלבע צייט האט מען שוין אנגעפאַנגען מיט'ן מלאכת הבניה צו בויען דעם בנין הביהמ"ד, וואס וועט אויך אַנטהאלטן שטיבלעך פאר די וואכעדיגע תפילות.
גלייכצייטיג גרייט מען זיך בס"ד צו אויפבויען דעם גרויסן מרכז הרוחני, א גרויסער בנין מפואר מיט א בית המדרש הגדול וואס וועט אַנטהאַלטן ארום 250 זיץ פּלעצער, א שטיבלעך, א מקוה טהרה, שמחה זאלן, און א מעון הקודש פאר'ן רבי'ן שליט"א און אלע אנדערע צרכי הקהילה.
אין די וואכן קומען פאר איטענסיווע מיטינגען דורך די הנהלת המוסדות אין הר יונה אינאיינעם מיטן וועד הרוחני פון קרית דושינסקיא, אנבאלאנגט דאס אויפשטעלן און גרינדן אין די נאנטע צייט דעם בית חינוך לבנות דושינסקיא אינעם נייעם קריה.
Commentaires