מונטאג פ' בהעלתך - ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
מיט פרייד האבן חסידי פשעווארסק אלוועלטליך אין תושבי מאנסי אויפגענומען די בשורה מהרנינה, אז בסייעתא דשמיא איז געשלאסן געווארן די מקח אויף גרויסן שטח אין צענטער פון שטאט מאנסי אויפצובויען א בית המדרש נהדר ומפואר אלס אכסניא של תורה פארן בית המדרש דחסידי פשעווארסק אין מאנסי.
די פשעווארסק'ער ביהמ''ד אין מאנסי איז געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאהר צוריק תחת נשיאותו והדרכתו פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א, אלס רב הביהמ''ד האט די רבי געשטעלט בנו חביבו הרה''צ רבי יוסל לייזער שליט''א וועלכע האט זיך נישט לאנג צוריק אריבערגעצויגן קיין מאנסי אנצופירן דעם ביהמ''ד.
אצינד איז די הנהלת הקהילה בעידודו ובברכת קדשו פונעם רבין שליט''א אריין אין קאנטראקט אויף א שטח רחבת ידיים אויף די ווינסענט גאס ווי עס וועט בקרוב הימים אויפגעבויעט א גרויסע היכל בית המדרש צום דאווענען און לערנען לשם ולתפארת.
Comments