מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן נאכט האט זיך כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט''א ארויסגעלאזט קיין עיה"ק טבריה וואו די רבי וועט וויילן די קומענדיגע דריי וואכן כמנהגו יעדעס יאהר אין די שובבי"ם וואכן.
אונטערוועגנס קיין טבריה האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין שטאט נתניה וואו ער האט באזוכט ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האלט זיך דארט אויף לצרכי רפואה. די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט שיינע ענינים און סיפורי צדיקים און די וויזניצער רבי האט באדאנקט דעם רבי'ן שליט"א פארן מעורר זיין ברבים פאריגע וואך צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה. דערנאך האבן זיך די אדמור"ים שליט"א איינגעשפארט ביחידות א משך זמן, ונפרדו לשלום.
Comments