דאנערשטאג פ' תולדות • ג' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה ירושלים שליט''א אנגעקומען צום טרויעריג בארימטער קיבוץ רעים אינדרויסן פונעם יישוב אופקים נישט ווייט אוועק פון די עזה גרעניץ וואו די טעראראיסטן האבן דורכגעפירט א מאסן שחיטה פארלאפענעם יו''ט שמחת תורה אין דערמארדעט הונדערטער אידן הי"ד, די רבי שליט''א האט דארט אויפגעטארטן מיט א דרשת חיזוק פאר די ארטיגע תושבים ארומרעדניג דברי חיזוק באמונה אינעם בורא כל עולמים נאך די שרעקליכע מאורעות.
פון דארט איז די רבי צוגעפארן צום דעלעבנדיגער דערפל כפר עזה וואו די רבי איז געווארן ארומגעוויזן אין די צענדליגער הייזער וועלכע זענען אונטערגעצינדן געווארן דורך די בלוט דארשטיגע רוחצים, נאכן אומברענגען אומצאליגע קרבנות אינעם דאזיגן יישוב.
Comentarios