top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הימל-שפאלטענדע תפילות פון טויזנטער תלמידי מוסדות סאטמאר ביים מעמד בקשת רחמים היינט אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר

דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א רירנדע מעמד תפלת ובקשת רחמים איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג אין ליכט פון די געריכטליכע הירינג וואס איז היינט פארגעקומען אין די ניו יארק אפעלאט, ווען עס האבן זיך געשטעלט די שלוחי דרחמנא צו פארטיידיגן די פריערדיגע געוואונס און אפצושלאגן די אפעלאט אנקלאגע פון די שונאי ישראל, די צענטראלער מעמד התפילה איז פארגעקומען אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג בהתאספות רבבות ילדי תשב"ר אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א להתחנן ולבקש מלפניו להעביר את רוע הגזירה.


די ביהמ"ד הגדול דסאטמער איז געווארן ספעציעל איינגערישט צו אקאמאדירן די אלפי תינוקות של בית רבן פון די עלטערע כיתות פון די תלמידי תורה פון וויליאמסבורג און בארא פארק, אויך האבן די טויזענטער מיידלעך אין די בית רחל שולעס און בחורים אין די ישיבות קטנות וגדולות מיטגעהאלטן די מעמד נורא הוד און די דברות קודש פונעם רבין שליט"א דורך א לייוו האק אפ, צו קענען זיך משתתף זיין בתפלה צו ראטעווען די חינוך הטהור.


די מלמד און מחנך הר"ר יואל שווארץ שליט"א האט געעפענט די מעמד מיט פאסיגע דברי התעוררות פאר די יונגלעך און בחורי חמד, נאך זיינע פייערדיגע דיבורים איז הרה"ג ר' יעקב אלימלך שפיצער שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים און שיעור המעלות ממעמעקים מיט א קול בוכים מיטן נוסח ימים נוראים, די קול שועה וזעקה פון די טויזענטער קינדער האט אפעהילעכט און בוקע רקיעים געווען.


דערנאך איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און גערעדט צו די קינדער איבער די גרויסע כח פון תינוקות של בית רבן, די זעלבע כח וואס די אייבישטער האט צוגעהערט און געפרעגט בימי מרדכי ואסתר 'מה קול הצאן הזה באזני', די רבי שליט"א האט זיך צעוויינט און געבעטן די קינדערלעך צו שרייען צום אייבירשטען און בוקע רקיעים זיין. 


דערנאך האט די רבי געעפענט די ארון הקודש אין הגה"צ אבד"ק גרינוויל שליט"א און האט פארגעזאגט אבינו מלכינו, פארשטענדליך אז נאכ׳ן הערן אזעלכע הארץ-רייסנדע דיבורים, האבן די קינדער נאכגעזגאט די אבינו מלכינו'ס מיט א קול אדיר וחזק, די הימלען האבן מיטגעוויינט מיט די ביטערע בכיות ביי קרע רוע גזר דינינו און חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו, די קול חוצב איז זיכער דערהערט און אנגענומען געווארן בשמי מרומים.


דערנאך האט די מנהל הרה"ג ר' משה פרידמאן שליט"א פארגעזאגט די יהי רצון, קדיש נאך יהי רצון מיט די פייערדיגע אמן יהא שמיה רבה איז פארגעזאגט געווארן דורך א זון פונעם שר החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל.


די הונדערטער קינדערלעך פון די סאטמערע מוסדות אין קרית יואל און אין קרית יטב לב בלומינגבערג האבן זיך ע"פ פקודת הקודש צוזאמגעקומען באותו זמן פון די מעמד תפלה אין וויליאמסבורג ביים ציון המצויינת פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און הרה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווי די תינוקות של בית רבן האבן באותו מקום קדוש מתפלל געווען לבטל את רוע הגזירה, אז מ׳זאל קענען זיך פירן הייליג און ערליך עד סוף כל הדורות.


אין מאנסי זענען די קינדערלעך געקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א האט זיך משתתף געווען ביים מעמד צו מתפלל זיין אינאיינעם מיט די טויזענטער תלמידים פון די מוסדות אין מאנסי, אין ירושלים האבן זיך אויך די אלע תשב"ר צוזאמגענומען אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, אין די איבריגע מוסדות האבן מיטגעהאלטן א לייוו האק אפ פון די גרויסע מעמד בביהמ"ד הגדול אין וומס"ב ווי פריער ערווענט. כלל ישראל קוקט ארויס און איז ממשיך ווייטער מתפלל זיין ביז צום הערן בס"ד דער ענגליטיגער פסק וועלכע איז ערווארטעט צו ארויס קומען און עטליכע וואכן ארום.








































bottom of page