דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק י. - JDN
טויזנטער ילדי תשב"ר פון איבער גרעיטער ניו יארק, האבן זיך נעכטן מיטאג בחצות היום צוזאמגענומען אויף די יערליכע עצרת תפילה ברוב עם הדרת מלך, איינצורייסן וועלטן ביים בורא כל עולמים אין די דאזיגע מסוגל'דיגע טעג, בפרט אויף חולי ישראל וועלכע זענען אנגעוויזן אויף א ישועה. צום דרייסיגסטן יאהר אין די רייע, איז די ריזיגע עצרת צוגעשטעלט געווארן דורך די בארימטע מתעסקים ארגענעזאציע, מיסודו פונעם בארימטן עסקן הרב יענקי מייער ע"ה וועלכער איז ליידער נפטר געווארן יונגערהייט מיט צוויי יאהר צוריק.
ביים גרויסן כינוס וואס איז פארגעקומען אין די גרויסע באבובער שוהל אין בארא פארק, האבן זיך צונויפגעזאמלט טויזענטער קינדער פון צענדליגע מוסדות התורה איבער ניו יארק, אין צוגאב צו נאך צענדליגע מוסדות התורה וואס זענען זיך צוזאמגעקומען אין אנדערע שטעט, אריינגערעכנט מאנסי, לעיקוואד, דענווער, טאראנטא, און נאך פיל. אין צוגאב צו די טויזנטער קינדער פארזאמלט אין ביהמ"ד האבן נאך צענדליגע טויזנטער קינדער פון איבער 300 חדרים איבער די גארער וועלט מיטגעהאלטן דעם עצרת תפילה דורך א הוקאפ.
די מעמד איז פארגעקומען ווי יאר יערליך אין שפיץ פון גדולי אדמורי"ם ורבנים, צדיקי ומנהיגי הדור, צווישן זיי המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאפא בארא פארק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א, גאב''ד קארסלבורג, אב''ד שומרי שבת, אב"ד ברעזשאן, אב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג, אב"ד קשאנוב, הרה"ג ר' לייבל וויליגער ראש ישיבת תורה ודעת, הגה"צ ר' אברהם חיים שטיינווארצל ראש ישיבת שערי יושר, הגה"צ ר' יוסף ארנסטר אב"ד אלכסדנר ב"פ, הרה"צ ר' דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי און נאך.
דער עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט אמירת תהילים בקול בוכים דורכן משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, און דערנאך תפילת מנחה וואו עס האט געדינט אלס שליח ציבור הרה"ג ר' לייבל וויליגער ראש ישיבת תורה ודעת, נאכגעפאלגט מיט די אבינו מלכינו פארגעזאגט חזן וקהל דורך הגה"צ אבד"ק שומר שבת שליט"א מיט גרויס התעוררות.
Comments