top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ איז מחזק דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף נאכן לאזן הערן דברים חוצבים איבער גיוס בני הישיבות

מאנטאג פ' פקודי • א' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט אויפדערנאכט איז די ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור תנחומין בביתו נאוה קודש פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אין בני ברק וואס איז נאך אין די שלושים נאך די פטירה פון זיין שוועסטער הרבנית מסקווירא ע"ה.


ביים באזוך האט די רבי שליט"א גאר שטארק אויסגעלויבט און מחזק געווען דעם ראשון לציון פאר זיינע פייערדיגע ווערטער וואס ער האט געלאזט הערן פארלאפענעם מוצאי שבת, ווען די ראשון לציון האט ווי באריכטעט גאר שטארק ארויסגעטרויטן אנטקעגן די פרישע גזירה פון גיוס בני הישיבות זאגענדיג אז אויב מען וועט צווינגן בחורים צו גיין אין מיליטער וועלן אלע פרומע אידן קויפן בילעטן און פארן קיין חוץ לארץ. די ווערטער האבן ווי פארשטענדליך אויסגערופן גרויס אויפברויז אין די פרייע גאס.


די רבי האט ארויסגעברענגט בשבחו אז די ראשון לציון שטייט שטארק על משמר הקודש פון אידישקייט און האט זיך נישט געשראקן צו זאגן די דעת תורה בפני קהל ועדה און כמותו ירבו בישראל.


די רבי האט אים מחזק געווען אז ער זאל ווייטער נישט מורא האבן פון די אלע מרעים און משחיתים וואס זוכן צו אונטערגראבן דאס יהדות החרדית.


צום סוף פון די באזוך האט די ראשון לציון געבעטן אז די רבי זאל אים אנוואונטשען אז ער זאל קענען גרינג דורכגיין די שטורעמישע טעג אויף וואס די רבי שליט"א האט אים גאר ווארעם אנגעוואונטשען.



留言


bottom of page