top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאשוי באזוכט אין נייעם ביהמ"ד קאשוי אין מאנסי; גרויסן ציבור תלמידי ויוצאי הישיבה ביי שבת פתיחת הביהמ"ד

מוצאי שבת פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט פרייד איז אויפגענומען געווארן די בשורה מרנינה איבער דאס עפענונג פון א הערליכע מקום תורה ותפילה מיוחד פאר יוצאי תלמידי ישיבת אהל רפאל קאשוי, אין די שטאט מאנסי יצ"ו, אין א הערליכע לאקאל, רחבות'דיג און באקוועם,  אויף די סוזען דרייוו גאס אין הארץ פון מאנסי וואס וועט בעז"ה געבן די מעגליכקייט פאר די בני החבורה צו קומען דאווענען אינאיינעם בדיבוק חברים ושבת אחים גם יחד.


דאס קומט נאך דעם וואס עס איז די לעצטערע תקופה זענען צוגעקומען גאר אסאך תלמידי יוצאי הישיבה אין שטאט, און עס האט זיך געשפירט א שטארקער פארלאנג פאר אן היימישן מקום תורה ותפילה, וואו מען זאל קענען פארברענגען צוזאמען בשבת אחים, מיט א ברידערליכע אטמאספער.


פארגאנגענעם ליל ששי וישלח העעל"ט, איז כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם נייעם ביהמ''ד, דער רבי איז צוגעוויזן געווארן דער נייער לאקאל און געהערט א באריכט פון די געטרייע עסקנים, איבער די ווייטערדיגע פלענער להגדיל תורה ולהאדירה.


דער פייערליכע שבת פתיחת בית המדרש איז פארקומען פארגאנגענעם שבת פרשת וישב, במקהלות עם רב תלמידים וחסידים. בעפאר פאר קבלת שבת האט מען געהערט א דרשה נלהבה פון הגה"צ ר' יואל בלום שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וואס איז אויפגענומען געווארן צו שטיין בראש הבית המדרש, האט ער אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע דיבורים, צום חנוכת הבית און עפענונג פונעם בית המדרש.

Commentaires


bottom of page