זונטאג פ' נצבים - וילך • י"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
יהדות צרפת האט מיטגעלעבט געהויבענע שעות של קורת רוח, במחיצתם של גדולי הדור, ביים גראנדיעזן מעמד אדיר 'קבלת פני רבותינו' וועלכע איז אפגעראכטן געווארן פאריגן מיטוואך אין דעם גיגאנטישן 'דאם אפ פאריז' סטעדיום בהשתתפות אלע צענדליגער רבני צרפת ומלכם בראשם מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא לשיט"א ראש ישיבת סלאבודקא וועלכע האט זיך מטריח געווען בטולטולא דגברא רבא ארויסצוקמען קיין פאריז אויפצורטייבן שטיצע לטובת די 'קרן עולם התורה'.
די מעמד איז געעפענט געווארן מיט פרקי תהילים דורך אחד מזקני רבני צרפת אין ליכט פון די שווערע מצב המלחמה בארה"ק, דערנאך האט מען געהערט די משא המרכזי פונעם סלאבאדקע ראש ישיבה שליט"א און קבלת עול מלכות שמים דורך הגאון רבי ראובן אלבז שליט"א ראש ישיבת אור החיים. די מעמד האט נאכגעפאלגט מיט רירענדע 'אמירת סליחות' כמנהג עדת הספרדים און הערליכע ניגוני ימים נוראים אראפגעזינגען דורך דער באקאנטער חזן ר' שלום לעמער און דער בארימטער בעל מנגן ר' מרדכי שטיינמעץ.
נעכטן מיטוואך צופרי איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת די 'קרן עולם התורה', אין שטוב פון הנגיד ר' גבריאל וועקנין אין שטאט פאריז פאררופן צוזאמען מיט שותפיו לדבר הצלה, פאר א געקליבענער צאל לעגענדארע עשירים אדירים, שפעטער נאכמיטאג האט דער ראש הישיבה שליט"א איבערגעגעבן א שיעור כללי אין די כולל משכן אברהם אין פאריז, בראשות הגאון רבי מאיר סיטרוק שליט"א, איידעם פון הגאון רבי יצחק כץ שליט"א רב דקהל יראים פריז וראש הישיבה הגדולה 'יד מרדכי'. אין לויף פונעם טאג האט די ראש הישיבה באזוכט אינעם ארטיגן תלמוד תורה וואו ער האט אויפגעטראטן מיט דברי חיזוק פאר די בחורים.
דאנערשטאג אין די צופרי שעות האט זיך דער משלחת גדולי ישראל צוריקגעקערט קיין ארה"ק איבערלאזנדיג הויפענעס חיזוק פארן חרדישן אידנטום אין פראנקרייך.
Comments