top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל • הרה"ח ר' יחזקאל גליק שענקט 2 מיליאן דאללער נדבה אפצוקויפן הנצחה אינעם בנין בית רחל החדש

דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין קרית יואל אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר׳ ישראל גאלדבערגער הי״ו, צו אַ ״מסיבת לחיים וגמר הקנין״ וואו הרב החסיד הישיש ר׳ יחזקאל גליק שו״ב, ומפּארי נכבדי ק״ק סאטמאר אין קרית יואל האָט געשאָנקען די פאַנטאַסטישע אנדבה פון ״צוויי מיליאָן דאָלער״ פאַר די מוסדות אין קרית יואל, אָפּצוקויפן אַ הנצחה אינעם בנין ״בית רחל״ החדש וואָס איז הולכת ונבנית לשם ולתהלה!


בשכר נדבתו וועט א גאנצע שטאק אינעם גיגאַנטישן בנין המוסדות מוקדש ווערן לשמו ולזכותו פונעם נדיב לאורך ימים טובים ארוכים, און גלייכצייטיג וועט די פּראַכטפולע ״לאַבי״ פונעם בנין הנהדר גערופן ווערן לשמה ולזכרה פון זיין אשת חיל מרת ע״ה.


ביי די מסיבה האָבן אַנטיילגענומען די ראשי הנהלת המוסדות ועל צבאם דער לעגענדאַרער ראש הקהל הרה״ח ר׳ מענדל שוויממער שליט״א, און די חשוב׳ע בני המשפּחה פון דעם נדיב רבי יחזקאל.


ס׳האָט אויפגעטרעטן לכבודו פונעם נדיב דער מנהל המוסדות אין קרית יואל הרה״ח ר׳ משה אלי׳ עסטרייכער הי״ו וועלכער האָט אַרויסגעברענגט דעם עוצם הכרת הטוב פון די אלפי תינוקות של בית רבן פאַר׳ן נדיב הדגול!


נאכן מסיבת לחיים איז די רבי שליט''א אריבער באזוכן די בוי ארייבט ביים בנין הבית רחל החדש אינאיינעם מיטן הנגיד הרה״ח ר׳ יחזקאל שליט״א, דער ראש הקהל הנגיד ר׳ מענדל שווימער ראה״ק, אין דער נדבן הבנין הנגיד ר׳ ישראל גאלדבערגער הי״ו.





























Commentaires


bottom of page