top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער שמחת נישואין געפראוועט בחצר הקודש פאפא

דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

מיט גרויס שמחה והתרוממות איז די וואך אפגעהאלטן געווארן די חתונה הגדולה בחצר הקודש פאפא די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' אהרן כ"ץ שליט"א אב"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' ישעי' יוסף בעק שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם דוב הלוי בעק שליט"א אב"ד מאדא, און איידעם ביי הגה"צ ר' וועלוויל אנפאנג שליט"א דומ"ץ דאמבראווא.


די קבלת פנים איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און מיט דברי כיבושין האט אויפגעטראטן הרב ברוך לעווינשטיין שליט"א ר"מ בישיבה גדולה פאפא, נאכן קבלת פנים איז דער רבי שליט"א מיט די חתן און שושבינון זענען געפארן צום באדעקן אין די זאלן פון כתר צבי, איידערן ארויסגיין צום חופה האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א געבענטשט דעם חתן כנהוג.


די חופה איז פארגעקומען תחת כיפת השמים פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול אויף פענן סט. כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א זיידע פונעם חתן איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע פון כלה הגה"צ אב"ד מאדא שליט"א, ברכות ראשונות דער גרויסער גאסט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א א פעטרע פון חתן און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א א פעטער מצד הכלה. מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה, אין דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור ברכות לרוב. נאכן חופה איז די רבי ארויף צום ייחוד שטוב אין אנגעוואונטשן די חתן כלה.עס האט נאכגעפאלגט די סעודת החתונה און די ריקודין של שמחה, ווען אינצווישן זענען אנגעקומען צענדליגע אדמור''ים ורבני העיר שליט"א אפגעבן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים. צווישן זיי כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א א פעטער מצד הכלה וועם דער רבי האט מכבד געוועהן צו טאנצן מיטן חתן. אויך האבן זיך משתתף געוועהן במשך די שמחה האדמור"ים מוויזניץ וויליאמסבורג, דאמראווא, סערדאהעלי, וויען, בורשטין, טשערקאס, באניא, הגאונים הצדיקים מטעטש, מכלל יופי, לימינוב, ראש ישיבת דינוב און נאך.


עס איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה ווען די זיידע הגה"צ ר' וועלוויל אנפאנג שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס אין קרובי המשפחה. דערנאך איז פארגעקומען די גרויסע מצוה טאנץ. עס האט אויסגערופן דער בדחנא דמלכא מוה"ר פייביל קליין הי"ו. צום ערשט האט ער אויפגערופן די זיידע די פאפא רבי שליט''א, איידערן צוטערטן צו די עבודת הריקודין האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש ודברי התעוררות, און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענער ריקודין לפני הכלה מיט א התלהבות און אש קודש מיט די הענט אין די הייעך, נאך די ריקודין איז די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט בנו הגה''צ רבי אהרן כץ שליט"א, באזונדער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן ברודער הגה"צ דומ"ץ פאפא שליט"א, מיט הגאון ר' שמשון כץ ראש ישיבת פאפא, מיטן שוואגער הגה"צ ר' אליעזר דוד גרינוואלד מטעטש און א באזונדערע ריקוד מיט אלע קינדער און אייניקלעך.


דערנאך האט מען אויסגערופן די אנדערע זיידעס און מחותנים און צום שלוס חתן כלה. דער חתונה איז געשלאסן געווארן ארום 3:00 ווען כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט משמיע געוועהן קורצע ברכת הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור כנהוג.


















Comments


bottom of page