top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נחמו נחמו: ניחום אבלים און התחלת כתיבת ספר תורה לזכרו פון ראש העסקנים לבית וויזניץ, הר"ר ישראל נח וויזעל ז"ל

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם דינסטאג נאכמיטאג, א קורצע צייט נאכדעם וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיך אהיימגעקערט פונעם באזוך אין ניו יארק לרגל השמחה במעון קדשו, איז דער רבי אנגעקומען לבית האבלים פון משפחת וויזל הנכבדה, וועלכע זיצן ל"ע שבעה נאך די פטירה פון זייער זון, מראשי העסקנים בחצר הקודש וויזניץ, הר"ר ישראל נח וויזעל ז"ל, וועלכער איז לעצטע וואך פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן נאכ'ן זיין נישט געזונט א שטיק צייט, לדאבון לב פון גאנץ בית וויזניץ.


דער רבי שליט"א האט מיט ווארעם הארציגע דיבורי נחמה געטרייסט די אבלים, און זייענדיג די לעצטע טאג פון די שבעה, זיי אויפגעשטעלט פון די שבעה. שפעטער אין טאג זענען די בני המשפחה אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א צו א מעמד "התחלת כתיבת ס"ת" לעילוי נשמתו פונעם אומפארגעסליכן עסקן ר' ישראל נח. דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און דערנאך ווארעם געוואונטשן פאר די בני המשפחה.





bottom of page