דאנערשטאג פ' ויגש • ב' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
הונדעטער מבקשי השם חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן ליל זאת חנוכה מיטגעהאלטן די התעוררות'דיגע מעמד הדלקת נרות חנוכה בראשות המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב. די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סלאנים אין בני ברק און איז געווען איין שטיק דערהויבענקייט און התרוממות הנפש, ווען פאר לאנגע שעה'ן האט מען זיך דערהויבן אין די הויכע ספערן, איינגעהילט מיט א שמחה עילאה און דביקות, נאך קרוב צו דריי שעה זינגען ווארימע ניגונים באגלייט מיט דברי התעוררות כהכנה דרבה האט דער משפיע אנגעצינדן די נירות און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה.
כמנהגו יעדעס יאהר בימי החנוכה איז הרה"צ רבי אלימלך שליט"א ארומגעפארן צווישן די שטעט אין ארץ ישראל וואו עס איז יעדער נאכט אפגעראכטן געווארן א מסיבת חנוכה בשירות ותשבחות להודות ולהלל. מיטוואך די ערשטע נאכט חנוכה איז דער משפיע געוועהן אין אלעד, דאנערשטאג אין בית שמש, זונטאג אין מודיעין, מאנטאג אין אשדוד, דינסטאג אין ירושלים און מיטוואך - במקום מגוריו אין בני ברק. בכל מקום בואו האבן זיך פילע אידן דערווארעמט לאורו הגדול פונעם משפיע ביי זיינע דרשות נלהבות באגלייט מיט די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש.
Comments