top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שרידה לדור דעה: פילע באגלייטן למנוחות הרבנית בערגמאן ע"ה אשת חבר מרן הגרמ"צ בערגמאן שליט"א

דאנערשטאג פ' ויגש • ב' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

פילע אידן בני תורה און תושבי בני ברק האבן נעכטן באגלייט למנחות עולמים האשה החשובה הרבנית מרת דבורה בערגמאן ע"ה אשת חבר ועזרתו בקודש פון מרן הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, און טאכטער פונעם גרויסן גאון הרב שך זצ"ל ראש ישיבת פונוביז בעל 'אבי עזרי'.


לויט די דירעקטע הוראה פונעם ראש הישיבה האט מען אפגעהאלטן דער לוי' באלד נאכן פטירה צו פארמיידן ביטול תורה דרבים. די לוי' איז פארגעקומען פארנט פון איר שטוב אויף רחוב האדמו"ר מגור אין בני ברק, וואו המשגיח הגאון ר' דוד מנחם שניידער שליט"א האט פארגעזאגט פרקי תהילים. אינעם צוואה וואס די נפטרת האט איבערגעלאזט פאריאהר תשפ"ד האט זי געבעטן אז מ'זאל איר נישט מספיד זיין - לפלא איז דער לוי' פארגעקומען אום חנוכה ווען מען איז נישט מספיד עפ"י הלכה.


קורצע דברי פרידה איז געהערט געווארן דורך איר גרויסן מאן דער ראש הישיבה שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט וואו דער רעבעצען איז געוועהן א בעלת ייסורים וואס דאס אליין איז א זכות פאר איר, און אין קורצע ווערטער ארומגערעט איבער אירע מעלות ומידות טובות בין אדם לחבירו.


דערנאך איז די לוי' ארויס אויף רחוב חזון איש צום ריכטונג פונעם פונוביז'ער בית החיים וואו עס האבן זיך אנגעזעהן צווישן די מלווים מרן הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע און כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א א שוואגער מיטן נפטרת. דער רעבעצען איז געקומען לקבורה נעבן איר גרויסן פאטער דער גאון זצ"ל. נאך סתימת הגולל האבן די קינדער געזאגט קדיש און מען איז דורך מנחם אבל זיין ביים ראש הישיבה ובניו הרבנים שליט"א.




































留言


bottom of page