מוצאי שבת וירא • ט"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
טויזנטער חסידי צאנז זענען דעם ערב שבת געכאפט געווארן אין שאק ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א איז צוזאמגעפאלן בשעת תפילת מנחה, לעיני קהל ועדה שאפנדיג א בהלה און זארג ביי עדת צאן מרעיתו וועלכע האבן דאס בייגעוואוינט.
שוין דעם ערב שבת איז דער רבי געווען שטארק אפגעשוואכט, דאך האט די רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו גיין צום דאווענען אין ביהמ"ד על אף חולשת גופו הטהור, די רבי איז נישט צוגעגאנגען צום עמוד כמנהגו יעדן ערב שבת ויום טוב, און האט צוגעשיקט בנו הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא.
עס איז געוועהן אנהייב חזרץ הש"ץ ווען די רבי פלוצלינג צוזאמגעפאלן אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, די משמשים בקודש זענען באלד צוגעלאפן און אויפגעשטעלט דעם רבי'ן, טראץ זיינע שוואכע כוחות האט דער רבי געבעטן צו שטיין ביי קדושה, און בשעת קדושה איז דער רבי ווידער אוועקגעפאלן, די הצלה האבן באפוילן זאפארט צו נעמען דעם רבי'ן און שפיטאל, און מען האט געפירט דעם רבי'ן אויף א בענקל צום דערנעבנדיגן לניאדא שפיטאל אין קרית צאנז, ווי א שטאב פון געלונגענע דאקטוירים האבן אונטערזיכט דעם רבי'ן. די רעזולטאטן פון די בדיקות האבן געוויזן אז די געשעניש האט נישט קיין פארבינדונג מיט הארץ פראבלעמען וכדומה.
אינעם ביהמ"ד הגדול האבן די הונדערטער חסידים אינצווישן מתפלל געוועהן און איינגעריסן מיט פרקי תהילים בקול זעקה - צושוידערט און באזארגט איבער דעם רבינ'ס וואוילזיין, בשעת דער מנין תהילים האט איינע פון די חסידים האט אוועק-געחלשט אויף די פארענטשעס פון גרויס בהלה און איז באהאנדלט געווארן דורך די הצלה. נאך א קורצע צייט איז העסקן הרב בערל שטעמער מנאמני ביתו פון רבי'ן שליט"א, אריבערגעקומען אין ביהמ"ד און האט איבערגעגעבן אז דעם רבינס מצב איז שטאביל און דער רבי האט נישט געליטן פון קיין הארץ אטאקע וואו מען האט חושש געוועהן, ער האט איבערגעגעבן אין נאמען פון רבי'ן אז מ'זאל ממשיך זיין דאס דאווענען ווי געווענדליך און מקבל זיין שבת בגילה ושמחה. דער רבי שליט"א האט ממשיך געווען דאס דאווענען אין שפיטאל מיט א מנין פון די קינדער און משמשים בקודש, און דערנאך געגעסן די סעודת שבת אין צימער אין שפיטאל בזעיר אנפין.
שבת אינדערפרי האט מען דורכגעפירט נאך טעסטס, וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אורזאך פון דעם רבינס שוואכקייט איז ווארשיינדלעך א רויז אויף די פיס און אז דעם רבינס מצב איז נישט בגדר סכנה. מיטאג צייט איז דער רבי אהיים לביתו נאווה קודש אין באגלייטונג פון א דאקטער על כל צרה שלא תבוא. דער רבי האט געגעסן די סעודת שבת בביתו נאווה קודש און שפעטער נאכמיטאג אפגעראכטן שלש סעודות מיט בלויז די קינדער און אייניקלעך, וואו הונדערטער חסידים האבן מיטגעהאלטן רעווא דרעווין פון די פענסטער'ס, נאך מעריב האבן די חסידים אנגעהויבן זינגען ניגוני שבח והודאה, און עס איז געגעבן געווארן ערלויבעניש פאר די די חתנים און בעלי שמחה אריינצוגיין אל הקודש פנימה וואו דער רבי האט זיי געוואונטשן מזל טוב.
פונעם רבינס שטוב ווערט געמאלדן אז דער מצב גייט ב"ה צום בעסערונג, און די רבי וועט אין די קומעדיגע טעג דורכגיין א רונדע באהנדלונגען צו פארבעסערן זיין מצב הבריאות, חסידי צאנז בתוך כלל ישראל זענען מעתיר ומפציר למען בריאותו השלימה וחיזוק כוחותיו פונעם רבי'ן מרן צבי אלימלך בן חיה נחמה, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו.
Comments