מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א אפענע אינטערעסאנטע השגחה פרטית און כללית איז די געשפרעך פון טאג ביי שלומי אמוני ישראל איבער די גאנצע וועלט, שטייענדיג בלויז א טאג נאך די גרויסע כינוס האדיר ''אסיפת הצלה'' אין עיר הבירה לאנדאן וואו הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א האט כדרכו אויפגעשטורעמט דעם ציבור האלפים זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע, ווי וואונדערליך עס הערט זיך האט היינט ווידעראמאל געקראכט די אינטערנעט, די דריטע יאר אין א צי וואס מען זעט די אפענע מופת לעיני העמים.
גענוי די זעלבע זאך איז געשען פאראיאר ווען עס איז פארגעקומען די ריזן אסיפת הצלה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויז'ניץ בני ברק, וואונדער איבער וואונדער, ווען בלויז א מעת לעת נאכן כינוס, האט די טעכנעלאגיע ריז וואטסעפ געקראכט פאר לענגערע שעות, ברענגענדיג צום אויבערפלאך די געוואלדיגע השפעה און כח הקדושה וואס שלאגט זיך אויף איר עקזיסטענץ.
אזוי אויך פאר דריי יאר יאר צוריק, צוויי טעג נאך די גרויסע אסיפת הצלה דורך הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אין ירושלים, האט סאציאלע מידיע אלטוועלטליך געליטן פון א ריזיגע קראך, וואס האט אפעקטירט מיליאנען מענטשן איבער די וועלט.
ומלאך רע בעל כורחו יענה אמן
Comments