פרייטאג פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי ווייס
מיט גרויס דערהויבנקייט וחדוה דקדושה האבן חסידי ואוהדי בית סטאניסלאוו מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החשוב פרי עץ חיים הרב יצחק אייזיק שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם הערש לייפער אדמו"ר מזלאטשוב מאנסי זון פון כ"ק אדמו"ר מטעמישוואר שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא מאנסי שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען אין די עטרת טשארנא זאל אין שטאט מאנסי, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן מיטגעלעבט לאנגע שעות בצילא דמהימנותא עילאה פונעם אבי החתן די רבי שליט"א.
די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן ביום החופה ווען עס איז געווען די געלעגנהייט פאר די בחורים תלמידי הישיבה להיזכר לטובה בהאי יומא רבה מיט א כוללות קוויטל ביים רבי'ן שליט"א, ווי די רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש מיט א קול געשטיקט פון טרערן און אנגעוונטשן די בחורים ברכות לרוב. דערנאך איז די רבי שליט"א ארויף אינאיינעם מיט די בחורים צום ציון הק' פון הרה"ק מריבניץ זי"ע אויפן ביה"ח אין מאנסי און אויסגעזאגט פון ספר שלישי שבתהילים ביזן סוף להפקד בדבר ישועה ורחמים, ביום החופה האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי באזוכט אינעם ישיבה קטנה ד'סטאניסלאוו און משמיע געווען שיחת קודש כהכנה דרבה צום שמחת בית צדיקים.
ביים מעמד החופה האט די רבי שליט"א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין זיין פעטער כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, קריאת הכתובה הגה"צ רבי יהושע לייפער אב"ד באר משה פרעמישלאן - א קרוב משפחה און מחותן מצד הכלה, ברכות ראשונות די זיידע האדמו"ר מנדבורנא מאנסי, און ברכה אחריתא די זיידע האדמו"ר מטעמשוואר. דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמור"ים ורבנים צווישן זיי: האדמורי"ם מוויז'ניץ מאנסי - ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי - קאסאן - מאשלוי - ניקלשבורג - זוטשקא מאנסי - דינוב קרית יואל - פארשעי - ראדוויל - נצח מנחם ספינקא - בארדיטשוב - גאב"ד סאטמאר מאנסי - גאב"ד טענקא - אב"ד סלאנים מאנסי - אב"ד שמן למנחה נאדפאלי - אב"ד קאלוב טשעסנאט רידזש - הגאון רבי בצלאל דוד וועסטעשטיין דומ"ץ בעלזא - אב"ד טשערנא - אב"ד תולדות אהרן מאנסי - אב"ד דעלעטין - אב"ד קאלבאסוב - אב"ד שערי חסד - אב"ד אוסטרהא - אב"ד סאמבור - אב"ד נאפקאר - אב"ד סקאהל, און נאך פיל.
ביים מעמד המצווה טאנץ האט די רבי שליט"א אין א ערשטמאליגע שריט משמיע געווען דברי התעוררות איידערן צוטרעטן צום עבודת הריקודין, און דערנאך געטאנצן מצווה טאנץ בשלהבת אש קודש קרוב צו א האלבע שעה, עס איז שוין געוועהן 4:15 פארטאגס ווען מען האט פארענדיגט די שמחה הרוממה.
Comments