מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שב"ק איז אפגעראכטן געווארן א גייסטרייכע מלוה מלכה לטובת די באבובער ישיבה 'חכמת שלמה' אין בני ברק, פאררופן דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פאר א געקליבענע צאל פון זעכציג נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגעגארטעלט מיט סכומים הגונים לחיזוק וביסוס הישיבה וואס מוטשעט זיך אצינד מיט א פינאנציעלע לאך, נאכפאלגנדיג די אורטייל פון די ציוניסטישע בג"ץ אפצושטעלן שטיצע פאר די ישיבות הקדושות און כוללים לענגאויס ארץ ישראל, וועלכע שטעלן זיך נישט צו צום גיוס געזעץ. דעריבער האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געזעהן פאר וויכטיג אוועקצושטעלן די בודזשעט פון די ישיבה אויף א מסודר'דיגע אופן דורך וואס די ישיבה וועט ווייטער קענען פונקציאנירן להגדיל תורה ולהאדירה.
די מלוה מלכה איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שמחה שלמה רובין הי"ו מגדולי תומכי הישיבה א זוהן פון הנגיד הבלתי נשכח ר' לייבל רובין ע''ה די בונה ומקים פונעם נייעם הערליכן בנין הישיבה, וועמענס ערשטע יארצייט געפאלט די וואך.
די חשוב'ע נדיבים האבן געהאט די זוכה מסיב צו זיין על שולחן מלכים און פארברענגען ביי א מלוה מלכה אינאיינעם מיטן רב שליט"א אויף א פריוואטער פארנעם און א היימישע אטמאספערע. מיטן פתיחת המעמד האט אויפגעטרעטן דער ראש הישיבה הגאון ר' רפאל שטערנבוך שליט"א וואס האט איבערגעגעבן די דבר הישיבה, דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון די בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' שמחה שלמה רובין הי"ו, און א הארציגע דרשה פון הרב חיים גאלדפינגער משב''ק ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס האט ארומגערעט בשבח פון דעם חשובן מקום תורה. צום הויעכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פונעם נשיא הישיבה כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וואס אנגעהויבן מיט סיפורי צדיקים לכבוד די הילולא פון הרה''ק בעל 'דברי יחזקאל' משינאווא זי"ע און ארומגערעדט בשבח הישיבה און די ראשי ומנהלי הישיבה וועלכע זענען משקיע אזויפיל כוחות אין די בחורים, דאן האט דער רב שליט"א ארומגערעט איבער די גזירה דורך די רעגירונג אין ארץ ישראל אוועקצונעמען די קארגע ביינדל שטיצע פאר די לומדי התורה וועלכע דארפן זיך שטעלן צום מיליטער, און פארלאנגט פון די געטרייע תומכים צו ערפילן די לאך אינעם בודזשעט וואס פאסירט אצינד מיט די נייע געזעץ.
דער רב שליט"א האט געבענטשט ברכת הזמון על הכוס און נאכן בענטשן זענען אלע נגידים דורך ביים רב שליט"א וואס האט פארטיילט א הערליכע אנטיק לעדערנע ספר 'דברי שלמה' פון אביו הרה"ק מבאבוב זצ"ל פאר אלע באטייליגטע כאות הוקרה והערכה פאר זייער ברייטהארציגע ביישטייערונג.
Comments