top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בצל ה'קדוש': האד' מסאטמאר וועט ארויסקומען פראווען "יום הקדוש" בקרב הקהלה אין קרית יואל

זונטאג פ' שופטים • כ"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א שטורמישע כוואליע פון פרייד האט ארומגעכאפט די טויזנטער חסידי סאטמאר תושבי קרית יואל וואס האבן נעכטן מוצאי שבת געפייערט דעם מעמד אדיר "מכונך והיכלך", דער חנוכת הבית פונעם בנין אדיר וחדש היכל יחזקאל אינעם ביהמ"ד הגדול קרית יואל, ווערנדיג נתבשר די בשורה מרנינה אז דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתם פון די ראשי הקהלה, און וועט ארויסקומען פראווען דעם קומענדיגן יום כיפור בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי עיר הצדק קרית יואל.


די בשורה טובה איז געמאלדן געווארן דורכ'ן געטרייען ראש הקהל הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער, איבערגעבנדיג פאר'ן ציבור אז ער אינאיינעם מיט זיינע קאלעגעס אין די הנהלת הקהלה זענען פרייטאג אריין אל הקודש פנימה און פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן די בקשה ארויסצוקומען פראווען יום הקדוש אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי ארויס. דער רבי האט דערביי געזאגט אז ער וועט אריינקלערן דערין, און יעצט מוצאי שבת האט דער רבי געגעבן די תשובה אז ער איז נעתר לבקשתם.


דאן האט דער ראה"ק געמאלדן אז לאור די אומגעהויערע בשורה טובה פונעם רבי'נס קומען אויף יום הקדוש, טוט ער אינאיינעם מיט שותפו הנאמן, דער סגן ראה"ק הרבני הנגיד ר' ישראל חיים קרויס, מנדב זיין די פאנטאסטישע סומע פון "פינף מיליאן דאלאר", פאר די השלמה פונעם בנין החדש, און אויך צו קענען אנהייבן דעם מבצר האדיר, דער ביהמ"ד הגדול וואס ווערט געפלאנט צו בויען אויף דער פארעסט גאס. די ריזן סומע איז אין צוגאב צו די העכער 5 מיליאן דאלאר וואס איז היסטאריש אויפגעטריבן געווארן אין די בלויזע צוויי מעת לעת דורכאויס פרייטאג און שבת, פאר חיזוק וביסוס די קהלה און מוסדות אין קרית יואל.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער סגן ראה"ק ר' ישראל חיים קרויס, וועלכער האט מטעם די הנהלת הקהלה געמאלדן אז די אפיס פון קהל איז שוין פיבערהאפטיג אריינגעטאן מיט'ן צושטעלן די טויזנטער זיצן, און מ'וועט זיכער מאכן אז יעדער וועט האבן א זיץ און קענען מיטהאלטן די הייליגע תפילות יום הקדוש בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א בתוככי קרית מלך רב, און דאס זעלבע ביי די ווארעמע תפילות ראש השנה וואס וועט געפראוועט ווערן בראשות פון הגה"צ רב הקהלה שליט"א.




Comments


bottom of page