top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטורמישע געפילן ביי חסידי סאדיגורה צום גמר המקח פון גיגאנטישער שטח לעבן ביהמ"ד הגדול

זונטאג פ' וארא כ"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


היסטארישע מאמענטן פון הרחבת גבולי הקדושה האט פאריגע וואך ארומגענומען תלמידי וחסידי סאדיגורא אלוועלטליך, און די צענדליגע נגידי ותומכי המוסדות בפרט, ביים היסטארישן מעמד לחיים רבתי אפצוצייכענען די געוואלדיגע דערגרייכונג מיטן אפקויף פון א ריזן נייע שטח אויף רחוב גוטמאכר אין בני ברק, הארט נעבן די ביהמ''ד הגדול דחסידי סאדיגורא, וואו עס וועט אויפגעבויעט ווערן א נייע ריזן בית המדרש און בנין המוסדות לשם ולתפארת.


די היסטארישע מקח איז געשלאסן געווארן אין די לעצטערע טעג, שטייענדיג אין די טעג ארום די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל עקבי אבירים מסאדיגורא זי''ע, די נייע שטח וואס איז אצינד געקויפט געווארן הארט נעבן די בנין בית המדרש הגדול, וועט אצינד פארוואנדלט ווערן אלס אכסניא של תורה פאר די תלמוד תורה עקבי אבירים סאדיגורא, און בקרוב הימים וועט מען דארט אויפבויען א ריזן צענטער לתורה ולתפילה, א גיגאנטישע היכל בית המדרש און מרכז העולמי פאר חסידי סאדיגורא.


פארלאפענעם זונטאג ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל עקבי אבירים זצ"ל, איז פארגעקומען א היסטארישע מעמד לחיים אין די נייע געביידע אויפן נארוואס געקויפטע שטח, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. די מעמד איז געווען געאייגענט פאר די יחידי סגולה די עמודי התווך פון מוסדות סאדיגורא, וואס שטייען לימין קדשו פונעם רבי'ן צו פארברייטערן די גבולי הקדושה מיט הרחבת הדעת.


דער מנהל המוסדות הרב אהרן טירהויז האט מקדם געווען בברכה די פארזאמלטע תומכים ונדיבים, און דערציילט פון הינטער די קוליסן די גענויע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה, דערנאך האט מען מקבל געווען את פני הקודש פונעם סאדיגורא רבי'ן בשירה וזמרה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מגיד מישרים און פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג. דערנאך האט מען געזינגען ווארעמע ניגונים, און מען האט צוגעברענגט פארן רבי'ן די מגילת היסוד און די שטר המקח, דער רבי האט געחתמ'ט אויפן מגילת היסוד, און דערנאך האבן די חשובע נגידים אונטערגעשריבן, ווען דערנאך האט דער לעגענדארער תומך תורה הרב אלימלך שרגא שפירא פארגעליינט דעם מגילת היסוד און שטר המקח.


דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון רבי'ן, און צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין להודות ולהלל צום אויבערשטן אויף די גרויסע חסדים.




























Comments


bottom of page