top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער תושבי מאנטשעסטער מיטגעהאלטן דערהויבענעם שבת בצל האד' מתולדות אהרן

דינסטאג פ' ויצא • ח' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.ש.ר.


מיט א זעלטענעם התלהבות און התחזקות האבן הונדערטער תושבי מאנשטעסטער מיטגעהאלטן דעם דערהויבענעם שבת בצילא קדישא פון כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א וואס האט געפראוועט דעם שבת אויפן א גרויסן פארנעם לכבוד די שמחת הברית פון אן איר אייניקל וואס איז אפגעראכטן געווארן בעצם יום השבת.


אין די פריע נאכמיטאג שעות פונעם קורצן פרייטאג האבן שלום גענימען פונעם רבי'ן שליט''א די פילצאליגער געסט פון לאנדאן אין פון אנדערע אייראפע'אישער שטעט וועלכע זענען געקומען צו פארן אויף שבת, ערב שבת נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' בנימין לעברעכט הי"ו, וואו דער רבי האט זיך מטהר געווען אין די פריוואטע מקוה ביי אים אין שטוב, אין זיך באדאנקט פאר'ן געבן די מעגליכקייט זיך צו באנוצן במשך די גאנצע באזוך מיט די מקוה פרטי ביי אים אין שטוב.


דער רבי שליט"א אַריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה ראטבארד הי"ו בשכינות פון די גרויסער בית יעקב זאל וואו דער רבי שליט"א האט געהאט די אכסניא איבער שבת.

צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם זאל, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה, וואס דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט מיט א שטארקן התעוררות און התלהבות, צו קבלת שבת האט די רבי צוגעשיקט בנו הגה''צ רבי משה קאהן אב''ד תולדות אהרן לאנדאן. נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם דורך זאגן גוט שבת אין די אורחים האבן געפּראַוועט די סעודות צוזאמען אינעם זאל, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה פאר'ן גאנצן ציבור.

אינצווישן איז דער זאל געווארן איבערגעפולט מיט דעם ריזיגן ציבור וואס האָט זיך פאַרזאַמעלט מיטצוהאלטן דעם עריכת שולחן הטהור פון רבי'ן שליט"א ובראש השולחן האבן זיך אָנגעזען די פילצאליגע רבני העיר, רבנים אדמורי"ם ודיינים שליט"א. דער רבי שליט"א איז ערשינען צום טיש, און מעריך געווען שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם און קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות.

מיט די זמירות שבת האט די רבי מכבד געוועהן די חשובע רבנים: הגה''צ רבי ישראל חיים הורוויץ אבד''ק סאטמאר מאנטשעסטער, הגה''צ רבי חיים היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת, הרה''ג רבי פנחס ווייס אב''ד טשערנאביל, הגה''צ רבי אהרן גרינפעלד דומ''ץ בעלזא אין נאך. מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן מחותנו הגה''צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויז'ניץ.


נאכן בענטשן האָט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר ביים רבינס אייניקל הרב אהרן מאיר קאהן אין נאך עטליכע שמחות ביי די חסידים, אין מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די וואך נאכט.

שבת אינדערפרי האט געדאווענט פסוקי דזמרה דעם רבינס אייניקל הרב יעקב ישראל קאהן בן הגה''צ אב''ד תולודת אהרן לאנדאן אין שחרית האט געדאווענט הרב אשר אנשיל אשכנזי נכד כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א איידעם ביים מחותן הגה''צ רבי חיים מאיר ארנסטר אב''ד וויז'ניץ מאנטשעסטער, אין שמונה עזרה האט געדאווענט די וויז'ניצער רב פון מאנטשעסטער.

מיט די עליות זענען מכבוד געווארן די בעלי השמחה, זיידע'ס אין מחותנים, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, די זיידע כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א איז מכבוד געווארן מיט סנדקאות אין מוהלות, כסא של אליהו די זיידע הגה''צ רבי חיים מאיר ארנסטר אב''ד וויז'ניץ מאנשטעסטער, עמידה לברכות די זיידע הגה''צ אב''ד תולדות אהרן לאנדאן, ברכות אין קריאת השם די זיידע הגה''צ ראש ישיבת וויז'ניץ שליט''א, ויקרא שמו בישראל ''ישראל'' נאכן זיידן הרה''ק בעל 'אהבת ישראל' מוויז'ניץ זי''ע.

נאכן ברית איז פארגעקומען די קידושא רבא לכבוד די שמחה, נאכגעפאלגט מיטן סעודת עתיקא קדישא וואס די רבי שליט''א האט מיטגעגעסן אינאיינעם מיט די געסט אינעם זאל. צו מנחה ושלש סעודות איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם גיגאנטישן שאטער וואו דער ציבור איז שוין געווען פארזאמעלט צו שלש סעודות. דער רבי שליט"א האט פאָרגעזינגן די זמירות מיט גרויס דביקות, ובפרט ביי אמירת פּסוקי היחוד מיט א קול רעש גדול.


שפעטער באנאכט מוצאי שבת איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמעון ווארך וואו די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה, במשך די סעודה האט מעו געזינגען די זמירות פון מוצאי שבת אין עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דעם רבינס זוהן הגה''צ רבי משה קאהן אב''ד תולדות אהרן לאנדאן.

























Commentaires


bottom of page