מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אז נדברו יראי ד' איש אל רעהו
שווערע טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר בערי הגולה זענען נעכטן ביינאכט אהיימגעגאנגען מיטן קלארע השקפה און דעת תורה הברורה, נאכן מיטהאלטן די היסטארישע כינוס רבתי לשם שמים מעמד הדעה והדיבור, וואו מען האט געהערט פייערדיגע דרשות בעניני השעה, און די חוב קדוש וואס ליגט אויף יעדע אידיש קינד זיך צו מחזק זיין אין אמונה טהורה און דביקות השם, שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן ברוחניות ובגשמיות.
די ריזן היכל בית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר, בית מדרשו של רבי וואו הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אפגעראכטן עבודת קדשו, און אוועקגעשטעלט די יסודות פאר יעדן איד מיט ריינע אמונה און בטחון, אן קיין שום קשר אדער התפעלות פון די ציונים, איז אין די נעכטיגע נאכט איבערגעפולט געווארן מקצה אל קצה מיט טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם היסטארישן מעמד הדעה והדיבור, לשמוע את דבר השם, לשמוע את דברי מנהיגי ישראל, און זיך אינאיינעם מחזק זיין קעגן די שטורמישע נסיונות וואס שוועבט אויף אחינו בני ישראל ביסודות האמונה, שטייענדיג אין א שעת מלחמה ווען פילע אידן ווערן ליידער אריינגעשלעפט אין די מרידה במלכות שמים, מיטן שטיצן די ציונים מיט זייער מלחמה שריט קעגן דעת תורה.
על פי קריאת הקודש פונעם שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, זענען די טויזענטער בחורי הישיבות הקדושות אויך געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם כנסיה לשם שמים, נאך וואס דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די יעצטיגע מצב איז א שעת חירום, און יעדער איד אשר עוד נשמתו בו דארף קומען זיך מחזק זיין און קלאר ווערן בדרכו ושיטתו הברורה פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז פון די שטערקסטע יסודות פון א איד אין די דאזיגע טעג. אזוי אויך האט מען זיך צוזאמגענומען אין אלע סאטמארע בתי מדרשים איבער די גארער וועלט, וואו די חברי הקהילה האבן מיטגעהאלטן די גאנצע מעמד און די וויכטיגע דרשות דורך א לייוו הוק-אפ.
הרב החסיד ר' ישראל שלום ווייס האט געדינט אלס יושב ראש, און מיט דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' שמואל יעקב מייזעלס רב ביהמ"ד בית מרדכי לייב דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל וועלכע האט ארומגערעט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדן במחשבה בדיבור ובמעשה אין געדענקן פון וואו מיר שטאמען. דאן האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פון הגאון הגדול ר' מנשה מאיער שליט"א גאב"ד גרינוויל, מגדולי תלמידי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכער האט נאך געזעהן ביי זיינע גרויסע רבי'ס די פלאם פייער מלחמה קעגן די ציונים ועוזריהם.
א ספעציעלער גאסט איז גערופן געווארן פון לאנדאן הבירה, הרב הגאון ר' יחזקאל ראפאפארט ראש ישיבת תפארת ישראל, וועלכער האט אויפגעטרעטן אלס אורח הכבוד, און מיט זיינע הפלא'דיגע לשונות אויפגעשטורעמט די הערצער איבער די סכנה וואס הערשט אויף די וועלט, און די חוב קדוש אויף יעדן תורה טרייע איד זיך צו מחזק זיין און קלאר ווערן אין די יסודות הדת, מקבל זיין עול מלכות שמים און נישט ווערן נאכגעשלעפט דורך די מלכות המינות ימ"ש.
צום הויכפונקט פונעם מעמד האט מען געהאט די זכיה צו הערן פייערדיגע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט איבערגעחזר'ט די שיטה הברורה פון דודו הגדול הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און די קלארע הוראות קודש וויאזוי א אידיש קינד דארף זיך צו פירן אין אזא שווערע תקופה. דער רבי האט ארויסגעברענגט א וויי געשריי איבער די שרעקליכע חילול השם וואס מ'זעהט ווען געוויסע אידישע קרייזן שטייען צו די האנט פון די מלכות המינות, און ווערן נכשל יעדע מינוט אין טאג מיט די הארבסטע עבירות רח"ל.
מיט ווייטאג האט דער רבי ערקלערט די פראגע, וויאזוי עס איז מעגליך בכלל אז א חסידישער איד א שומר תורה ומצוות וואס גלייבט בה' ובתורתו, זאל קענען נתפעל ווערן פון די הצלחות פון די רשעים, און זיך פרייען מיט זייערע דערגרייכונגען אויפן פראנט, וואס איז א קלארע איסור. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די צער און טרויער וואס יעדער איד שפירט מיט די בארבארישע רציחות ווען די אראבער ימ"ש האבן אויסגעשאכטן הונדערטער אידישע קינדער אויף א גרויזאמע פארנעם רח"ל, טוט אבער נאכנישט בארעכטיגן די שריט פון די ציונים צו נקמה נעמען און מלחמה האלטן קעגן די אראבער, אונזער תפקיד איז צו מתפלל זיין ביים בורא כל עולמים ער זאל אונז העלפן, ה' ילחם לכם, אבער ואתם תחרישון, אונז דארפן און אונז טארן נישט טון קיין מלחמה שריט נקמה צו נעמען אין די רוצחים.
ווידער האט דער רבי ארויסגעברענגט א שארפע קול מחאה קעגן די אלע אידישע מנהיגים וואס שטיצן די מלכות המינות, און שטעלן אריין זייערע פארשטייער אין די רעגירונג, וואס העלפן ארויס מאכן די באשלוסן צו גיין מלחמה האלטן אין עזה קעגן די אראבערס, דער רבי האט קלארגעשטעלט אז די דאזיגע שריט איז גורם אידישע פארלוסטן, און עס ליגט דערין שפיכת דמים ממש, ווען מ'שטעלט אריין אידישע קינדער אין א מצב סכנה, אין די צייט וואס מען איז בכלל נישט בארעכטיגט זיך אריינצולאזן דערין. אויך האט די רבי פארדאמט אזעלכע וואס שיקן ארויס תשמישי קדושה אין דאס גלייכן צו די זעלנער אויפן פראנט, אין אויך שארף אראפגעריסן די אגודת ישראל אין אמעריקא וועלן גייען ארויס מיט די ציונים אויף זייערע ראלי'ס בראש כל חוצות.
דער רבי האט אויך אויפגעהויבן א קול מחאה קעגן די אלע אידן וואס גייען ארויס אויף די גאסן און דרוקן אויס שטיצע מיט די אראבער ימ"ש, און ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט שוין מוחה געווען אויף זיי און זיי דערווייטערט פון זיך, זאגענדיג אז אין כוחינו אלא בפה, און אויסדרוקן שטיצע מיט די אראבישע רוצחים איז ווידער א שריט וואס מען טאר נישט.
די איינציגע זאך וואס מען מעג טון איז דאווענען צום אויבערשטן, און זיך מחזק זיין באמונתו הטהורה מיט א קלארע השקפה, נישט ווערן נתפעל פון די ציונים, נישט אויסדרוקן שטיצע אויף סיי וועלכע וועג, און מיטשפירן צער און ווייטאג איבער די שרעקליכע רציחה בנפש וואס די ציונים פירן אדורך די לעצטע צענדליגע יארן אויף טויזענטער אידן, וואס ווערן נעבעך אריינגעשלעפט אין די ביטערע נסיונות.
コメント