top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהלה ביי "זאת חנוכה טיש" בצל האד' מראחמסיטריווקא ווען גרויסע "וואנט זייגער" פאלט אויפ'ן רבי'ן

דאנערשטאג פ' ויגש • ב' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

יעצט איינס אזייגער שפעט ביינאכט אין ארץ ישראל, בשעת די שלחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מראמיסטריווקא שליט"א אין גרויסן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין ירושלים איז אנטשטאנען א בהלה ווען דער גרויסער שווער-וואגיגער האלצערנער "וואנט זייגער" וואס באצירט אין צענטער פון ביהמ"ד איז אראפגעפאלן פון פארט און געפאלן דירעקט ארויף אויפ'ן רבי'ן שליט"א.


נס גדול היה שם, דער זייגער איז געפאלן אויפ'ן רבי'ן, און נסים'דיג אויסגעמיטן צו פאלן על ראש צדיק, וואס איז שווער צו טראכטן די רעזולטאטן ווען אזא שווערע זייגער שטיק פאלט אויפ'ן קאפ מיט אזא אימפעט פון אויבן, ובפרט ווען דער רבי איז עטליכע חדשים צוריק אריבער אן אפעראציע אויפ'ן קאפ.


דער אינצידענט האט פאסירט לעיני כל הקהל וועלכע זענען געכאפט געווארן אין שאק און שוידער צוזעענדיג די שווערע סצענע. דעם רבי'נס מקורבים האבן געבעטן דעם רבי'ן ארויסצוגיין פון טיש, אבער דער רבי האט קאטעגאריש דערקלערט אז ער גייט ממשיך זיין די טיש.


דער רבי האט געהאלטן נאכ'ן פראווען עטליכע שעה נאכאנאנד דעם געהויבענעם "זאת חנוכה" טיש וואס איז איינע פון די הויכפונקטן פונעם יאר בחצר הקודש ראחמיסטריווקא, ווען דער רבי קומט אריין לעת ערב  און רעכט אפ שעות ארוכות בעבוה"ק ארויסגייענדיג פון די ימי האורה, און דער רבי האט געזאגט אז ער וועט בכל אופן ווייטער ממשיך זיין מיט'ן טיש אינעם דאזיגן עת רצון.


ווען די מקורבים האבן געבעטן דעם רבי'ן צו ענדיגן דעם טיש און אהיימגיין זיך אפרוען פון די יסורים וואס דער רבי האט אויף די פלייצעס, האט זיך דער רבי גע'עקשנ'ט צו בלייבן טראץ די יסורים, און מ'וועט זען נאכ'ן טיש ווי אזוי מ'געט זיך אן עצה דערמיט.


דער רבי איז אצינד ממשיך דעם טיש בכל עוז של שמחה ודביקות עילאה, לשמחת לבם פון די טויזנטער חסידים וועלכע געבן אפ א שבח והודאה צו השי"ת על כל הנסים בימים ההם בזמן הזה.




Comments


bottom of page