דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין דער שטאט מאנטשעסטער איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שיינע רבישע שמחה, אין די הויפן פון סאסוב - סאטמאר מאנשטעסטער - תפארת אליעזר, די שמחת הנישואין פון חתן כלה אייניקלעך פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב ביהמ"ד ברך משה סאטמאר אין בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ר' אליעזר שמעי' לעוו שליט"א נשיא תפארת אליעזר, מיט די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יואל הורוויץ שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, וואס איז אנגעקומען אויף א ביקור כבוד אין שטאט לפאר על ראש שמחתו.
מיטוואך אין לויף פונעם טאג איז געוועהן ספעציעלער זמני כניסה בקודש פנימה פאר די אריבער הונדערט חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה פון אויסלאנד, לברך ולהתברך בהאי עידנא דחדוותא, די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון די הילטאן סוויט אין שטאט, נאכגעפאלגט מיטן מעמד החופה אין חצר פונעם זאל, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, קריאת הכתובה הגאון רבי חיים היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת, ברכות ראשונות די זיידע נשיא מוסדות תפארת אליעזר און ברכה אחריתה די פעטער הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ מראחוב.
די סעודת החתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון בית יוסף, א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געוועהן ביי די ריקודין לכבוד שמחת חתן און הונדערטער תושבי העיר האבן געשטראמט אפצוגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר די חושבע זיידע'ס, אין שפיץ פון די רבני ודייני העיר וועלכע האבן באשיינט דעם אויבן אן. אינעם קלימאקס האט מען צוגעטראטן צו די געהויבענער מצוה טאנץ, וואו מען האט צום ערשט אויפגערופן די דאפלטער זיידע הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, און דערנאך די זיידע כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן די ריקודין של מצוה בעוז ותעצומות. נאכן רבינס מצוה טאנץ האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די אלע חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה מעבר לים.
留言