top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגע 'סאטאמרק' ביזנעס טאג פראקלאמירט אין ק"ק סאטמאר בברכתו ועידודו פון האד' מסאטמאר

מוצאי שבת פ' ויקהל • כ''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין נאכפאלג פון פארשידענע קהלות בישראל אין ניו יארק וועלכע האבן שוין ארגאניזירט א היימישע ביזנעס עקספאו, איז יעצט געמאלדן געווארן דורך ק"ק סאטמאר איבער אן ערשטמאליגע ביזנעס טאג וואס ווערט אראנדזשירט, אין וואס סאטמארער חסידים וועלן האבן די געלעגנהייט זיך צוזאמצוקומען תחת קורת גג אחד, פארשטעלן זייערע ביזנעסער און מקיים זיין דעם לכו והתפרנסו זו מזו.


דער עקספאו אונטערן נאמען 'סאטמארק' איז די ערשטע אזא פארזאמלונג אין סאטמאר, און איז ּבאשטימט געווארן אויף צוויי חדשים ארום, דאנערשטאג פר' בהר- בחוקותי הבעל"ט. אין די טעג ווערן אויסגעארבעט די פונקטליכע דעטאלן פונעם עקספאו, דורך די טעטיגע אישי ציבור ועסקני סאטמאר, אין צוזאמענארבעט פון מפעל עסק דק"ק סאטמאר וואס דינט אלס צענטראלער אדרעס פאר אלע ביזנעס אנגעלעגענהייטן לטובת הציבור אינערהאלב די קהילה. 


פארגאנגענעם ליל שישי זענען די עסקני 'עסק' אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, אפצונעמען ברכת קדשו צו דעם ערשטמאליגן 'סאטמארק' ביזנעס טאג, וואס וועט צוזאמנעמען אלע סאטמארער ביזנעסער אונטער איין דאך, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די עסקנים אויף יעדן פרט און פרט און מאציל געווען ברכת קדשו לברכה והצלחה.


Comentarios


bottom of page