top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ענבי הגפן בענבי הגפן • הערליכע שידוך געשלאסן בחצר הקודש באבוב פון חתן וכלה נכדי הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זי"ע

דאנערשטאג חיי שרה • כ' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס רגשי שמחה והתרגשות האבן זיך טויזנטער חסידי באבוב מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים ביים שמחת קישור החיתון פון הכלה תחי' אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א טאכטער ביי חתנו חביבו הגה''צ ר' חיים דוד וואקסמאן דומ"ץ באבוב מאנסי מיט די חתן א אייניקל ביי גיסו הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ ראש ישיבת באבוב, א זוהן פון זיין זוהן הרה"ג ר' משה הורוויץ ר"מ במתיבתא ד'באבוב איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יעקב הורוויץ שליט"א מציעשנוב.


נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת הווארט בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מיוחד פאר די בני המשפחה וואו מען האט געליינט די תנאים  לויט די תקנת פון 'חיים של שלום' וואס דער רב שליט"א האט אוועקגעשטעלט אויף א שטארקע פארנעם לכל הקהל הקודש אז בשעתן לחיים ליינט מען די תנאים צו שפארן די נייע איינגעפירטע שווענדערישע הוצאות פון רייכע תנאים'ס וכדומה, מיט קריאת התנאים האט די רב שליטא מכבד געווען די זיידע הגה''צ ר' חיים יעקב הורוויץ וואס האט דערנאך אויפגעטראטן לכבוד די שמחה און עס האט אויך אויפגעטראטן מיט א דרשה דער אבי הכלה דומ"ץ באבוב מאנסי.


שפעטער ביינאכט ביים מעמד אמירת מזל טוב אין גרויסן ביהמ"ד זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער חסידים פון נאנט און ווייט צו וואונטשן מזל טוב, צום ערשט האט אופגעטראטן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א און ארויסגעברענגט רגשי לבבו זיך נאכאמאל משדך צו זיין מיט גיסו הגדול דער רב שליט"א און באטאנט אז איז די כלה בת תלמיד חכם ובת גדולי הדור, דערנאך האט האד' מבאבוב משמיע געווען אמרי קודש און ווידער דערמאנט די תקנת הקהילה נישט צו מאכן קיין תנאים און וויפיל געלט, צייט און כח דאס האט שוין געשפארט פאר אנ''ש און די לעצטע פאר חדשים און שטארק משבח געווען די עסקנים פון חיים של שלום. דערנאך איז די גאנצע ציבור אריבער ביי די בעלי השמחה וואונטשן מזל טוב.

























Comments


bottom of page