מחר יהיה האות הזה: לעצטע הכנות צו היסטארישע חגיגה "הכנסת ספר תורה" פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
- shmiel yanky felberbaum
- 25 בפבר׳
- זמן קריאה 5 דקות
דינסטאג פ' תרומה • כ"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

די הערצער פון אלפי חסידי סקווירא שטורעמען מיט רגשי גילה וחדוה און איבערגיסנדע שפאנונג, ווען עס ווערן שוין געמאכט די סאמע לעצטע הכנות אויף אלע פראנטן צום גראנדיעזע מעמד הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווען דער גאַַנצער שטעטל ווערט איינגערישט צו קענען אַַקאָָמאַַדירן די טויזנטער געסט, און די ריי התרגשות'דיגע מעמדים וואָָס מען וועט מיטלעבן.
דער קייט מיט מעמדים וועט זיך אי"ה אָָנהייבן ביים צענטראַַלער מעמד, היינטיגן דינסטאָָג נאַַכט ביים מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" וואָָס וועט אי"ה אָָפּגעהאַַלטן ווערן אינעם גיגאַַנטישן היכל ביהמ"ד החדש אין שיכון סקווירא, וואָָס וועט צום ערשטן מאָָל ווידעראַַמאָָל באַַנוצט ווערן, זינט די פאַַרלאָָפענע ימים נוראים ווען דער ביהמ"ד איז צום ערשטן מאָָל געווען אין באַַנוץ.
דער מעמד וועט אָָפּגעראָָכטן ווערן, אויפ'ן שטייגער פונעם היסטאָָרישער מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וואָָס איז אָָפּגעראָָכטן געוואָָרן מיט אַַכט יאָָר צוריק, בשנת תשע"ז ווען מען האָָט אָָנגעהויבן צו שרייבן אָָט די הייליגע ספר תורה וואָָס מען גרייט זיך אַַצינד מחנך צו זיין.
במשך דעם מעמד וועט מען זינגן ניגוני התעוררות ודביקות, און מען וועט דערביי האָָבן די זכי' צו הערן א שיחת קודש פונעם גרויסן בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א שליט"א, וועלכער וועט אַַרומרעדן דברי חיזוק והתעוררות לקראת דעם געהויבענעם זמן וואָָס ברענגט צונויף עדת חסידי סקווירא פון איבער דער גאָָרער וועלט.
פון די הויכפּונקטן ביים מעמד סיום כתיבת ספר תורה, וועט זיין ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט מאַַכן די פרישע קנינים וואָָס זענען אויסגעאַַרבעט געוואָָרן דורך די דיינים שליט"א, מקנה צו זיין די זכותים אין די בשותפות'דיגע ספר תורה, פאר די טויזנטער חסידים, יונגע קינדער את אשר ישנם פה, און קינדער וואָָס וועלן נאָָך געבוירן ווערן בעתיד ואשר איננם פה, און וועלן בעזהשי"ת אין די קומענדיגע יאָָרן זיך נאָָך אָָנשליסן מיט קבלות טובות צו זיין אָָפּגעשיידט פון די טעכנעלאָָגישע כלים, דערמיט צו האָָבן א זכות אין די בשותפות'דיגע ספר תורה צוזאַַמען מיט אלפי חסידי סקווירא פון אומעטום.
דאן וועט דער רבי שליט"א מסיים זיין דאָָס שרייבן די אותיות אין די נייע ספר תורה, זייענדיג די גליקליכע מינוט אויף וואָָס חסידי סקווירא קוקן אַַרויס שוין אַַזויפיל יאָָרן, מסיים צו זיין את ספר תורה הזאת וואָָס האָָט געברענגט אַַזויפיל התעלות, אַַזויפיל התרוממות הנפש זיך צו קענען פירן ווייטער בדרכי התורה הק' הכתובה בספר הזה.
נאָָכן מעמד וועט זיין א ספּעציעלע געלעגענהייט פאר עדת חסידי סקווירא פון איבער דער גאָָרער וועלט, צו קענען בעידן חדוותא דורכגיין זיך מזכיר צו זיין בפּתקא ופּדיון, און מקבל צו זיין מברכת קדשו אין דעם געהויבענעם זמן שמחה.
דאָָס מיטלעבן אַַזאַַ ליכטיגע נאַַכט, וועט זיין בלויז אַַן הכנה צום מאָָרגענדיגן יום שמחה, דער יום הכנסת ספר תורה, ווען גאַַנץ שיכון סקווירא וועט זיין איינגעהילט אין א פרייליכן שטימונג, מיט מוזיק און נגינה וואָָס וועט געהערט ווערן אויף אַַלע גאַַסן, ובפרט אויף די גאַַסן וואו די תהלוכה פון די ספר תורה וועט דורכגיין במשך דעם ריקודין של שמחה דער טאָָג וועט זיך אָָנהייבן מיט א פייערליכער תפלת שחרית וואָָס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט דאַַווענען ספּעציעל צוזאַַמען מיט די נאָָנט צו "צוויי טויזנט" בחורי חמד, תלמידים פון אַַלע סניפים פון די סקווערער ישיבות, ישיבה גדולה און ישיבה קטנה, אָָנגעהויבן פון די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון איבער דער גאָָרער וועלט וואָָס געפונען זיך אַַלע אַַצינד אין ניו יאָָרק לרגל המעמד.
די בחורים וועלן אַַלע האָָבן די זכי' צו דאַַווענען צוזאַַמען מיטן רבי'ן שליט"א אין דעם געהויבענעם טאָָג, אין די זאַַלן פון "עטרת טשאַַרנא" וואָָס וועט זיין ספּעציעל אויסגעשטעלט לרגל דעם תפלת רבים פון די בחורי חמד צוזאַַמען מיטן רבי'ן שליט"א. נאָָך תפלת שחרית וועלן די בחורים האָָבן די זכי' צו הערן א שיחת קודש פון רבי'ן שליט"א, מלא וגדוש מיט הדרכה וחיזוק.
אין די מיטאָָג שעות וועלן די גאַַסן פון שיכון סקווירא ווערן איבערגעפולט מיט דעם פלייץ פון חסידים פון יעדן עלטער, וואָָס וועלן זיך אַַלע שטעלן אויף די ספּעציעל דעזיגנירטע מקומות לענגאויס די גאַַסן פון שיכון סקווירא, עקסטער די קינדער, עקסטער די בחורי חמד, עקסטער די אברכים ובעלי בתים, און באַַזונדער די נשים צדקניות און תלמידות פון די מיידל שולעס, וועלכע וועלן שטיין אָָפּגעטיילט עקסטער, מיט די שטערקסטע גדרי הצניעות, ווי שיכון סקווירא איז באַַקאַַנט אַַלע יאָָרן.
צו די באַַשטימטע צייט, בערך אום 1:30 נאָָכמיטאָָג וועט זיך אָָנהייבן די פרייליכע תהלוכה, ווען די ספר תורה וועט געפירט ווערן ברחובות קרי', אונטער די ספּעציעל באַַצירטע חופּה וואָָס איז אויפגעשטעלט געוואָָרן אויף דעם האַַלבן באָָס וואָָס ווערט צוגעגרייט לקראת די געהויבענע מאָָמענטן, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א צוזאַַמען מיט בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א וועלן צוזאַַמען פּראַַווען די געהויבענע ריקודין של שמחה לכבוד התורה. במשך די תהלוכה אויף די גאַַסן, וועט דער חופּה-באָָס זיך אָָפּשטעלן ביי עטליכע סטאַַנציעס, ביי די קינדער און בחורי חמד, ביי וועלכן מ'וועט הערן קורצע דברי ברכה און חרוזים של שמחה לרגל דעם מעמד נשגב.
אומגעפער 3:00 נאָָכמיטאָָג וועט אָָנקומען די אַַזוי שטאַַרק אַַרויסגעקוקטע מינוטן און שעות, ווען די נייע ספר תורה וועט אי"ה אַַריינגעפירט ווערן בהיכל ביהמ"ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא, וואָָס וועט זיין אויסגעליידיגט פון בענק און טישן, און די חסידים אויף די הויכשטאָָקיגע פּאַַרענטשעס און אַַלע גאַַלאַַריען פון דעם היכל ביהמ"ד, וועלן האָָבן די זכי' מיטצוהאַַלטן די אויסגעבענקטע מינוטן, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אַַריינפירן די נייע ספר תורה צום היכל ביהמ"ד, צו פּראַַווען די ריקודין של שמחה מיט אן אש להבת שלהבת.
אינמיטן די ריקודין וועט מען – כנהוג – זיך אָָפּשטעלן גולל צו זיין די ספר תורה, און מען וועט דערביי האָָבן די זכי' מיטצוהאַַלטן דעם התרגשות'דיגן מאָָמענט, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט פאָָרזאָָגן דעם "ברכת שהחיינו" כנהוג מיט א קול רגש ובכי וברוב שבח והודי' להשי"ת על רוב רחמיו וחסדיו. נאָָכ'ן ברכת שהחיינו וועט דער סקווערער רבי שליט"א פּראַַווען דעם "צווייטן טאַַנץ" מיט די הייליגע ספר תורה.
די מעמדים וועלן פאָָרגעזעצט ווערן ביים גרויסן סעודה לגומרה של תורה וואָָס וועט אי"ה אָָפּגעראָָכטן ווערן אין די נאַַכט שטונדן, ווען דער היכל ביהמ"ד הגדול והחדש וועט ווייטער זיין די אכסניא של תורה, נאָָכ'ן ווערן פונדאָָסניי אויסגעשטעלט מיט די נויטיגע איינריכטונגען וואָָס פעלט זיך אויס לרגל השמחה הרוממה.
דער מעמד וועט זיין אַַהערגעשטעלט ברוב פּאר והדר, ווען דערביי וועט מען אויך פּראַַווען דעם סיום כל התורה כולה, וואָָס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האָָט געבעטן צו לערנען לקראת דעם מעמד, ווי שוין באַַריכטעט. במשך דעם מעמד וועט מען הערן די רייכע דרשות, מנעים זיין בשיר מיט הערליכע פּרקי שירה וזמרה, און נאך געהויבענע מאָָמענטן וואָָס וועט אַַזוי הערליך פאַַרענדיגן די היסטאָָרישע ימי שמחה בחצר סקווירא.
די רחובות קריה די גאסן פון שיכון סקווירא זענען אין די טעג הערליך באהאנגען מיט הערליכע פלאקאטן און שילדן מקבל פנים צו זיין די מאסן געסט וואס קומען צופארן פון נאנט און ווייט, און גרויסע שאטערס ווערן אויפגעשטעלט דורך די רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע, וועלכע האָבן שוין אויף זייער רעפּוטאַציע צו אַהערשטעלן די גרעסטע מאורעות ביים יהדות החרדית, צוגעשטעלט מיט די גרעסטע מאָס הרחבה יעדן קליינעם דעטאַל, מהחל ועד כלה. עס איז אויפגעשטעלט געווארן שאטערס סיי פארנט פונעם עטרת טשארנא זאל ווי עס וועט פארקומען די ספעציעלע מעמד מיט די טויזנטער בחורים, און סיי פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול, ווי עס וועלן סערווירט ווערן מיני טעימה פאר די טויזנטער אנשים ונשים.



























































Comentarios