top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרעו שערי שמים: גאב"ד פאלטישאן אריינגעפירט אין שפיטאל אין קריטישע צושטאנד

מיטוואך פ' ויקהל • י"ט אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים פאר כ''ק גאב''ד פאלטישאן שליט''א וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אין גאר א שווערן געזונט צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל.


דער רב שליט"א איז נעכטן צוזאמגעפלאן אין זיין שטוב אין בארא פארק און פארלוירן דאס באוואוסטזיין רח"ל, מיטן אויבערשטנס הילף האבן די הצלה וואלאונטירן באוויזן עטוואס צו שטאביליזירן דער מצב, און אריינפירן דעם רב צו די מיימאנידיס שפיטאל אויף באהאנדלונגען.


דער רב שליט''א געפונט זיך נאך אבער אין א מצב סכנה, דאקטוירים האבן מורא אז עס האט געשאדט אויף פערמענאנט רח"ל און זאגן אז נאר תפילות ישראל קען העלפן. דער נאמען צו מתפלל זיין איז הגה"צ רבי מרדכי בן שרה, בתוך שאר חולי ישראל.


והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים

תגובות


bottom of page