top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בנסוע: ראש הישיבה הגר"ש אלתר נעמט אונטער מסע חיזוק קיין לאס אנדזשעלעס, בארא פארק, לעיקוואד, באלטימאר

מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

בשמחה רבה ווערט אויפגענומען ביים אידנטום ברחבי אמעריקע איבער'ן לענגערן מסע חיזוק וואס ווערט אונטערגענומען דורכ'ן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואס וועט באזוכן א צאל חרדי'שע שטעט איבער אמעריקע דורכאויס די קומענדיגע וואכן פרשת משפטים און תרומה.


די מטרה פונעם ביקור הוד איז אויפצוטרייבן געלטער לחיזוק הקהלה והמוסדות פני מנחם, און בפרט צו קענען ענדיגן דעם מולטי אסטראנאמישן מקח אין וואס די הנהלת קהלת פני מנחם איז די לעצטערע חדשים אריינגעשפרינגען, אפצוקויפן אן אייגענעם בנין הקהלה בירושלים עיה"ק, ווי ברייט באריכטעט.


דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס לדרכו צלחה דעם קומענדיגן מוצש"ק יתרו, און וועט צוערשט אנקומען קיין לאס אנדזשעלעס, וואו ער וועט אין לויף פון די וואך באזוכן בבתי נדיבים בעם און איבערגעבן די טיפזיניגע שיעורים בפלפולא דאורייתא אין די היכלי הישיבות והכוללים אין שטאט.


סוף וואך פר' משפטים וועט דער ראש ישיבה שליט"א אפרייזן אויף א בליץ-באזוך אין ניו יארק, וואו ער וועט חונן זיין את פני העיר בארא פארק. די אכסניא של תורה וועט זיין בבית מקורבו הרבני הנגיד ר' מאיר מעלניק הי"ו.


דאנערשטאג צופרי וועט דער ראש ישיבה שליט"א דאווענען ברוב עם הדרת מלך אינאיינעם מיט'ן ציבור עדת צאן מרעיתו זקנים עם נערים. דורכ'ן טאג וועט זיין די באשטימטע שעה'ן פון קבלת קהל, און ווי אויך ווערט געפלאנט א צענטראלער "כינוס כללי" פאר'ן גאנצן ציבור לשמוע את דבר ה' פונעם ראש ישיבה.


שבת משפטים, מברכים אדר, וועט דער ראש ישיבה פראווען בעיר התורה והחסידות לעיקוואד, אויף א פארמאכטע שבת אינעם טאמס ריווער געגנט, געווידמעט אויסשליסליך פאר די נגידים ותורמים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט פאנטאסטישע סכומים פאר'ן אפקויף פונעם ביהמ"ד דקהל פני מנחם אין ירושלים.


שלש סעודות וועט זיין תרעין פתוחין, ווען דער ראש ישיבה וועט פראווען אויף א גרויסן פארנעם במקהלות אלפי ישראל וואס וועלן קומען צו גיין פון נאנט און ווייט, און בפרט מוצש"ק נאכ'ן זמן ווען מ'קומען צו פארן פון אלע היימישע געגנטער מיטלעבן די שעות של התעוררות והתרוממות הנפש בעת רעוא דרעוין בצלו פונעם ראש ישיבה, וואס וועט משמיע זיין די לענגערע דברי התחזקות לסיום ימי השובבי"ם.


דער מעמד הגדול פון שלש סעודות וועט אפגעראכטן ווערן אינעם ריזן שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט אינעם חצר פונעם ביהמ"ד דקהל פני מנחם אויף 13 לאקי ראוד אין לעיקוואד.


נאך שבת וועט דער ראש ישיבה ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין באלטימאר און וועט דארט באזוכן בבתי נגידים בעם. לויט די יעצטיגע פלענער ווערט ערנסט גענומען אין באטראכט די מעגליכקייט פון אפרעכטן דעם היסטארישן וויזיט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א ביים אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, ווי שוין ברייט באקאנט אז דער פרעזידענט האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צום ראש ישיבה אויף אן אוידענץ ביי אים אין ווייסן הויז אין וואשינגטאן, און יעצט אז דער ראש ישיבה וועט זיך געפינען דורכאויס'ן באזוך אין שטאט באלטימאר, וואס איז אין מערילענד, נישט ווייט פון וואשינגטאן, ווערט דאס באטראכט אלס פאסיגע געלעגנהייט אפצורעכטן דעם וויזיט בבית המלכות.


שפעטער אינמיטן וואך פר' תרומה וועט דער ראש ישיבה אהיימפארן למעון קדשו אין ארץ ישראל, און דערמיט שליסן די נסיעה רוממה.



Comentarios


bottom of page