top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע "ביקור הכרת הטוב" דורך האד' מסאדיגורא אין שטאט לאס אנדזשעלעס

מיטוואך פ' שלח • כ' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם זונטאג אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א ארויסגעפארן קיין לאס אנדזשעלעס אויף א 'מסע חיזוק והכרת הטוב' מכיר טובה צו זיין די ארטיגע אידן וועלכע זענען געשטאנען צו די רעכטע האנט פון זיין פאטער כ"ק אדמור בעל 'עטרת ישראל' מסאדיגורא זצוק"ל יענעם שווערן תקופה זייענדיג אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה אין זיינע לעצטע צוויי יאהר עלי אדמות. דער רבי האט געהאט די אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' שמואל בנימין איינהארן הי"ו ווי דער רבי זצ"ל איז אויך איינגעשטאנען יענע צוויי יאהר. דורכאויס זונטאג זענען ארויף די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן דעם רבי'ן זצ"ל און דער רבי האט זיי געוואונטשן ברכות לרוב אז די אלע זכותים זאלן ביישטיין.


ביינאכט איז פארגעקומען א קבלת פנים אין שטוב פון הרב שמחה אולמאן ז"ל לאנגיעריגער מנהל אין די שטאטישער חדר און א נאנטע מקורב וועלכע איז געשטאנען געטריי לימין קדשו פונעם רבי'ן זצ"ל אין יענע שווערע טעג. הרה"ג ר' יוחנן העניג שליט"א דער רב פון די חסידישע כולל אין לאס אנדזשעלעס האט אויפגעטראטן מיט ווערטער און מקבל פנים געווען דער רבי'ן שליט"א ארומרעדנדיג איבער די רישומה דקדושה וואס די סאדיגורא רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט דא אין שטאט. דערנאך האט דער רבי אויפגעטראטן מדברות קדשו, און הרב שלמה קליין שליט"א אב"ד אור החיים האט איבערגעגעבן דברי ברכה. די מעמד האט זיך געשלאסן מיט א ריקוד און דער ציבור איז דורך שלום נעמען.


דורכאויס די נאכט שעות איז געווען קבלת קהל וואו אידן זענען אריין מיט קוויטלעך לענגערע שעות נאכאנאנד. מאנטאג צופרי איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די 'חדר ד'לאס אנדזשעלעס' וואו די קינדער האבן מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט בשירה וזמרה און די רבי האט משמיע געוועהן אמרי קודש. דורכאויס די טאג איז דער רבי ארויף צו די שטובער פון עטליכע אידן מתושבי המקום זיי מכיר טוב צו זיין און הערן פון זיי זכרונות ועובדות פונעם פאטער די רבי זצ"ל בעת יענעם תקופה וואס ער האט געוויילט דארט אין שטאט.



bottom of page