top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי וחסידי סאטמאר מאנסי רופן זיך אן מיט ווארימע שטיצע ביי אסיפה גדולה 'להעמידם' לטובת המוסדות

מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער


פארגאנגענעם מיטוואך נאכט איז פארגעקומען אין מאנסי די אסיפה גדולה 'להעמידם' אין בעפארגרייטונג צום גרויסן קאמפיין וועלכע קומט פאר די וואך למען קיום מוסדות סאטמאר מאנסי, די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון וועלי טערעס, וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער סאטמארער חסידים ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז ספעציעל אריינגעקומען קיין מאנסי צו באשיינען די מסיבה.


ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט''א אבד"ק סאטמאר מאנסי און די רבנים אויפן אויבן אן. דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש אב"ד ישמח משה האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יושב ראש המעמד הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א אויפגערופן ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די פרטים פונעם קאמפיין, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, וועלכע האט משמיע געווען די דבר המוסדות.


דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די סדרה הייבט זיך אן 'אם בחוקתי תלכו' און נישט 'אם בחוקתי תלמדו' ווייל דאס קומט אונז זאגן אז ס'איז דא אמאל וואס מען דארף גיין נאך געלט כדי שתהא עמלים בתורה מען זאל קענען ממשיך זיין מיט די הרבצת התורה, און ארומגערעדט איבער די שווערע מצב אין וואס די מוסדות געפינען זיך און ארויסגעברענגט די אחריות וואס יעדער דארף צו שפירן צו ראטעווען די מוסדות און זיין א עסקן און שאפן גרויסע געלטער, וואס טראץ נישט יעדער קען געבן גרויסע געלטער קען אבער יעדער שאפן גרויסע געלטער, מען דארף נאר פרובירן. די רבי האט געזאגט מיט התפעלות אז ער קומט דא קיין מאנסי און ער זעט די גרויסע התלהבות וואס הערשט ביי אנשי שלומינו וואס רוב ציבור האט זיך אינטערגענומען צו שאפן לפחות אכצן טויזענט דאלער במילא וויל ער זיך אויך משתתף זיין מיט דעם סכום פון אכצן טויזענט דאלער לכבודו פון הגה"צ דער סאטמאר מאנסי רב שליט"א, און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן אן אויסגעשריבענע טשעק פארן רב שליט"א, און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז חפץ ה' בידכם יצליחו מען זאל קענען שאפן די געלטער וואס מען האט זיך אינטערגענומען און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.


דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער איבערגעבן די שטרות פארן רבי'ן שליט"א, דער רבי האט איבערגעקוקט די גרויסע סכומים וואס דער ציבור האט זיך אינטערגענומען צו שאפן ביים קאמפיין און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם פערזענליך, נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב אינעם זאל און געציילט ספירה פארן עמוד.
















































Comments


bottom of page