top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סעודת שלושים דורך קהל קאסוב אין בארא פארק ככלות השלושים להסתלקות האד' מקאסוב זצוק"ל‎

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: ארי פריינד

 

פילע תושבי בארא פארק האבן זיך דעם מאנטאג פארזאמלט אין די זאל פון בית אסתר ביים סעודת השלושים לסילוקו לשמי רום פונעם מאור הגולה און די קרוין פון שטאט כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצ"ל, זיך מחזק זיין נאך די ביטערע קלאפ וואס די שטאט האט געליטן, און זיך מדבק זיין אין זיינע הייליגע דרכים.


די סעודת השלושים איז פארגעקומען מטעם קהילה קדושה קאסוב אין שפיץ פון די זרע ברך ה' די חשובע קינדער האדמורי"ם והרבנים שליט"א, די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטן סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורכאויס די ימי השלושים דורך די חברי הקהילה, בנו חביבו הרה"צ רבי משה האגער האט געמאכט די סיום און דערנאך משמיע געווען א לענגערע דרשה דברי הספד וזכרון ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע כח התורה פונעם רבי'ן נאך מימי נעוריו.


דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון בנו הגדול פונעם רבי'ן זצ"ל כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די שווערע ווייטאג און די וואונד וואס איז נאך פריש, און ארומגערעט איבער די ריכטיגע משמעות פון 'יתומים היינו ואין אב', ווי די רבי האט געדינט אלס א טאטע פאר יעדער אין אלע הינזיכטן.


דערנאך האט מען געהערט לענגערע דברי הספד והערכה פון הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב"פ א נאנטע ידיד פונעם רבי'ן זצ"ל, דערנאך פון די צוויי יונגע קינדער פונעם רבי'ן זצ"ל הרה"צ רבי אהרן און די בן זקונים הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל, צום לעצט איז געהערט געווארן א פייערדיגע דרשה דורך הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער אב"ד שערי תפילה מיט דברי חיזוק זיך צוזאמצוקלויבן נאך אזא שווערן בראך.




留言


bottom of page