top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער ברסלבער חסידים אין אמעריקא פארזאמלט ביי התכנסות רבתי "להבעיר" בראשות הגה"צ חו"פ רבי משה קרעמער שליט"א

מאנטאג פ' שמות • י"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת ויחי האבן הונדערטער חסידי ברסלב מיטגעלעבט די גראנדיעזע "כינוס להבעיר את האש" קאמבאנירט מיט די סעודת הילולא לכבוד די 180'סטע יומא דהילולא פון הרה"ק רבי נתן מברסלב זצוק"ל וסעודת מלוה מלכה פאר כלל חסידי ברסלב דארה"ב אין די זאלן פון "קאנטינענטאל" אין וויליאמסבורג בראשות פונעם אורח הדגול הגאון הצדיק חו"פ רבי משה קרעמער שליט"א מנהיג ונשיא מוסדות ברסלב.


דער מעמד וועלכע איז גערופן געווארן מיט'ן נאמען "כינוס להבעיר", האט פשוטו כמשמעו אויגעפלאקערט די הערצער פון די הונדערטער ברסלבער חסידים אין אמעריקא לכל הקודש לנו צו גיין אין די הייליגע דרכים פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, ותלמידו הגדול הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע.


דער מעמד האט געעפענט דער יושב ראש הר"ר אליעזר וואלדמאן שליט"א מחשובי חסידי ברסלב אין מאנסי, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד הרה"ח רבי אברהם צבי גאלינסקי שליט"א ממשפיע ברסלב בארה"ק איבער די גרויסקייט פון זיך האלטן אינאיינעם לערנען און דאווענען אין א היימישע ברסלב'ער שוהל, און די גודל מעלות שיחת חברים.


דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען ווען דער גרויסער מלהיב לבבות משרידי דור דעה בירושלים של מעלה הגאון החסיד רבי משה קרעמער שליט"א מנהיג ונשיא מוסדות וחסידות ברסלב על טהרת הקודש האט אויסגעריגן מנהמת לבו שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה צו זעהן ווי דעם רבי'נס זאך טלויעט און פלאקערט אין טויזענטער הערצער בני חוץ לארץ.


עס איז געוועזען א מחזה הוד צו זעהן נאך חצות הלילה זקנים און נערים אידן וועלכע זענען שוין זונטאג ביי וותיקין אין בית המדרש, זיצן צוגענאגלט צו די ערטער צו מקבל זיין מאור תורת ברסלב פונעם אחד המיוחד שבחבורה דולה מתורת רבו לאלפים, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א וועלכע זיצט איבערגעבויגן איבער א גרויסן ספה"ק ליקוטי מוהר"ן ארום קלעטערנדיג איבער די השראה פונעם גרויסן תלמיד דער בעל ההילולא וועלכע האט - כלשונו געשריבן אכט בענדער ליקוטי הלכות מיוחד פאר תשפ"ה, הונדערטער בריוון וועכע זענען אקטועל ווי עס זאל ווען נעכטן געשריבן ווערן, תפילות אויף וועלכע דאס הארץ קען צוגיין, ער האט געטראכט פון אונזער דור ווי אזוי מען גייט זיך קענען דערהאלטן אין דעם פינסטערן גלות אמעריקא.


די געהויבענע מעמד האט זיך געשלאסן מיט ריקודין עילאין אויף די גרויסע זכיה אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.
















Comments


bottom of page