מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי אלכסנדר אין אמעריקע גרייטן זיך מיט התרגשות צו ענטפאנגען דעם אורח הכבוד דער מנהיג העדה ומורה דרכם, הוד כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, וועלכער גרייט זיך ארויסצופארן אויף א געהויבענע באזוך קיין אמעריקע, לחזק עדת צאן מרעיתו, און משפיע זיין מהודו פאר כלל חסידי אלכסנדר בארצות הברית וקאנאדע.
דער רבי שליט"א וועט לאנדען על אדמת ניו יארק דעם קומענדיגן וואך מיטוואך פרשת שלח, און תיכף צופארן קיין בארא פארק לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' יעקב צבי גוטמאן הי"ו וואו די רבי וועט זיך אויפהאלטן איבער די וואך.
שבת קודש פרשת שלח שבת מברכים חודש תמוז, וועט דער רבי פראווענען א געהויבענע שבת אין שטאט בארא פארק, אינעם גרויסן באבובער מתיבתא אויף אויף די אכט און פערציגסטע גאס, וואו הונדערטער חסידים ומעריצים פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי וועלן מיטהאלטן דעם שבת בצל הקודש, און נאך שבת וועט דער רבי זיך צוריקקערן אהיים למעון קדשו אין בני ברק, איבערלאזנדיג פילע השפעות טובות פאר אלע חסידים ומעריצים.
Comentarios