מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אנבאלאנגט דעם שווערן גזירת הגיוס וואס הויערט איבער די קעפ פון צענדליגער טויזנטער בני הישיבות וכוללים אין ארץ ישראל, איז נעכטן דינסטאג פארגעקומען א שטורמישע אסיפה נחוצה אין שטוב פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, צו הערן די חוות דעת תורה אין די יעצטיגע גורל'דיגע תקופה.
די אסיפה איז אנגעפירט געווארן אין שפיץ פון די זקני ראשי ישיבות פונעם עולם התורה, די ראשי ישיבת סלאבאדקא הגאון רבי דוב לאנדא און הגאון רבי משה הלל הירש, אינאיינעם מיט די שלוחא דרבנן חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי און נאך בארימטע ליטווישע עסקנים וועלכע זענען ספעציעל פארמישט מיט פעולות נמרצות אפצושאפן די שווערע גזירה, צווישן זיי דער עסקן הדגול הר"ר דוד שפירא, און נאך.
א גאר ערנסטע שטימונג האט געשוועבט אינעם אויר ווען עס ליגט אויפ'ן טיש אזא קריטישע נושא וואס איז נוגע דעם גאנצן יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ספעציעל ווען מ'האט באהאנדלט דעם חומר הנושא פון "יעדי הגיוס", איבער וואס ס'איז דא פארשידענע חילוקי דיעות צווישן די מנהיגי ישראל, נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער חק הגיוס איז אפגעלאפן און אפיציעל מוז יעדער גיין אין מיליטער חס ושלום און קיינער קען נישט באקומען א דיחוי.
נאך א לענגערע דין ודברים צווישן די ראשי ישיבות, האט הגאון רבי דוב לאנדא צום שלוס געלאזט הערן חוות דעתו אז מ'זאל נאכגעבן פאר די רעגירונג יעדים, כאטש וואס די רעדע איז פון א גרעסערע פראצענט ווי ביז היינט, און עס קען גאר אנקומען ביז פופציג פראצענט, היל"ת, מיט די האפענונג אז ווילאנג די יעדים וועלן פאקטיש ארויסגיין לפועל, וועט מען קענען גענצליך מבטל זיין די גזירה, און קיינער וועט נישט אנקומען אינעם טריפה'נעם צה"ל.
הגאון רבי משה הלל הירש האט דערויף געלאזט הערן דעתו תורתו, אז הגם אויף אזעלכע הויכע יעדים וואלט מען קיינמאל נישט מסכים געווען, אבער ער נעמט אן דעם פסק פון הגאון רבי דוב, ועל פיו ישק כל דבר.
אבינו מלכינו בטל מעלינו כל גזירות קשות ורעות, אבינו מלכנו בטל מחשבות שונאינו.
Comments