top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה טובה: האד' מקאסוב ווערט באפרייט פון שפיטאל; פולקאמע שפיטאל ווערט איינגעריכטעט בביתו נאוה קודש

מיטוואך פ' בחוקותי • כ"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: ארי' פריינד


בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מרן שרגא פייבוש בן מלכה לרפו"ש, ווערט מיט צופרידנהייט אויפגענומען די גינסטיגע אנטוויקלונג, אז אזוי אזוי דער מצב גייט ב"ה צו בעסערונג, איז ערמעגליכט געווארן צו אהערשטעלן א פולקאמע "שפיטאל צימער" בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אין שטאט בארא פארק, וואו דער רבי וועט האפענטליך היינט נאכט זיך אהיימקערן און פערזענליך באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים.


דאס אראנדזשירן א שפיטאל אינדערהיים קומט נאכדעם וואס ס'איז אנטשטאנען א חשש אז דער רבי קען אנגעשטעקט ווערן מיט אינפעקציעס אלס אויסווירקונג פון זיך געפינען צווישן די גרויסע שפיטאל ווענט, איז ב"ה געלונגען צו מסדר זיין אז מ'זאל דעם רבי'ן קענען באהאנדלען אינדערהיים, אויף וואס עס איז געווארן אהערגעשטעלט גאר קאסטבארע איינריכטונגען פון סאפסיטיקירטע מאשינען און אפאראטן וואס פעלט זיך אויס זיך צו קענען אפגעבן מיט די קאמפליצירטע הייל מיטלען און אויפזיכט.


עס האנדלט זיך פון א גאר פאנטאסטישע פראיעקט וואס קאסט אפ ריזן סומעס, וואס איז אונטערגענימען געווארן דורך א גרופע פון נדיבים בעם וועלכע זענען אריינגעשפרינגען אין די קאסטבארע אונטערנעמונג, וואס איז שוין אין פולע שוואונג, ווען א טייל פון מעון קדשו פונעם רבי'ן ווערט פארוואנדלט ווי א פולקאמע שפיטאל, און מ'ארבעט רונדע דעם זייגער עס זאל זיין ווי שנעלער גרייט אויפ'ן רבי'נס אהיימקומען, בשעה טובה ומוצלחת.

Comments


bottom of page