top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק סקולען לעיקוואד שליסט מקח אויף בנין הכנסת אורחים ביים בית עלמין אין שטעטל סקולען - ראמעניע

דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע טעג הנהלת ק"ק סקולען אין לעיקוואד בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א - געשלאסן מקח פאר א בנין רחבת ידיים אין שטאט סקולען אין ראמעניע וואס וועט דינען אלס צענטראלע בנין הכנסת אורחים במקום מנוחת קדשו פונעם ריש שושלתא קדישא הרה"ק בעל 'שם ושארית ישראל' מסקולען זי"ע.


ווי באקאנט האט הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצוק"ל פארמאגט א חיבה יתירה צו זיין היימשטאט סקולען און האט אין זיינע לעצטע יארן אויסגעדריקט רצון קדשו אוועקצושטעלן א בנין הכנסת אורחים פאר די פילע אידן וואס זענען פוקד די ציון הקדוש פון זיין גרויסן זיידן ונושא שמו הקדוש, דורכאויס דעם יאר ובפרט ביומא דהילולא קדישא אין טאג פון ל"ג בעומר.


דער רבי זצ"ל האט נאך בחיים חיותו אוועגעלייגט א סכום הגון פארן קרן הבנין אויפצושטעלן א בית גדול ומפואר. אין צוגאב האט דער רבי זצ"ל בסוף ימיו אונטערגענומען א מסע הקודש בשארית כוחותיו פוקד צו זיין די ציון הקדוש פון זקינו הגדול ביומא דהילולא, און מידי שנה בשנה פלעגט די רבי שיקן אלס א שליח זיין זוהן דער סקולענער רבי פון לעיקוואד פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש בשליחותו.


מיט עטליכע יאהר צוריק האט זיך דער סקולענער רבי שליט"א פון לעיקוואד אריינגעלייגט בעובי הקורה למלאות רצון קדשו פון אביו הגדול צו טרעפן א פאסיגן שטח פאר א בנין הכנסת אורחים אין שטאט און נאך גרויס מיה און פלאג איז פאריגן דאנערשטאג געלונגען צו שליסן מקח אויף א גרויסע הויז נישט ווייט פונעם בית עלמין, וואס וועט קענען צושטעלן אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די עולים לציון הקדוש רונדע דעם יאהר.

Comments


bottom of page