top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יְהוּדָה אַתָּה יוֹדוּךָ אַחֶיךָ • פרקי תולדות אין מראות חייו פון הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל גאב"ד סיגעיט

דינסטאג פ' ויקהל • כ"ה אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


די שרעקליכע חלל וואס האט זיך געשאפן מיטן הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק פאר מקדושים, שריד לדור דעה וממעתיקי השמועה, כ"ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זכר צדיק לברכה שפירט זיך נאך אלס מיט א מורא'דיגע ווייטאג און יתמות געפיל, אידן איבער די גאנצע וועלט באוויינען די שווערע אבידה שאין לה תמורה, די פארלוסט פון איינער מזקני הרבנים בארצות הגולה, האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, פאר מקדושים ונצר לקדושי עליון, שריד לדור דעה, וועלכער האט זיך געזעגנט לעולם שכולו טוב דעם זינטאג אויפדערנאכט, אור לכ"ד אדר ראשון, אין טיפן עלטער פון פיר און ניינציג יאהר לדאבון לב תלמידיו ומעריציו וכל בית ישראל.


אבידה היא שאין לה תמורה, שרייט זיך ארויס ביי שלומי אמוני ישראל, וועלכע האבן ארויפגעקוקט אויף דעם פארצייטישן צורה מיטן אמאליגן חן, א איד וואס האט נאך געלעבט מיט די פריערדיגע צדיקים פון פארן קריג, און איז געווען א לעבעדיגע עדות פאר די יונגע דור ווי עס איז שוין ליידער זייער זעלטן היינטיגע טעג.


די ווייטאג איז נאך פריש און דער וואונד איז נאך אפן צו קענען אפשאצן די גרויסע אבידה און שווער איז אראפצומאלן דעם דמות דיוקן פון אזא פילפארביגער פערזענליכקייט ווי דער סיגעיטער רב זכר צדיק לברכה, פאר קרוב צו א יובל יאהרן האט געפירט די שטאטישע קהילה אין סיגעיט ביד רמה ווי אין די אמאליגע היים, פון זיין באשיידענע ארט אין סיגעיט האט ער פארשיינט די גאנצע עולם התורה והחסידות, מיט זיין הרבצת התורה און ווארימע דרשות וואס איז געווען א שם דבר זייענדיג מפורסם אלס א נואם בחסד עליון, און זיין ענוות חן און אפענע הארץ פאר יעדע איינציגע איד אין יעדע געלעגנהייט.


דער סיגעיטער רב האט געשטאמט מגזע רם היחס. ער איז געווען א זון פון הגה”צ המפורסם ר’ צבי הירש מייזליש זצ”ל דער ווייטצענער רב ובעל מחבר בנין צבי און מקדשי השם, א זון פון הגה”ק המפורסם ר’ דוד דוב מייזליש זצ”ל אב”ד איהעל ובעמח”ס בנין דוד, אן איידעם פון הגה”ק ר’ משה יוסף טייטלבוים אב”ד איהעל זצ”ל, א זון פון מרן הגה”ק הייטב לב מסיגעט זי"ע. זיין מוטער די רעבעצין הענא זיסל איז געווען א טאכטער פונעם פעטער די לימנובער רב הגה"צ רבי חיים יעקב טייטלבוים זצ"ל וואס איז געווען אן איידעם ביים ערשטן באבובער רב הרה"ק רבי שלמה זי"ע, אייניקל פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.


דער רב איז געבוירן אין יאר תרפ"ט, ל’ שבט וואס איז אויך ראש חודש אדר א’, אין שטאט ניימארק אין פוילן וואו זיין פאטער איז געווען דעמאלט רב. ער האט געטראגן דעם נאמען יקותיאל יהודה נאך זיין גרויסן זיידן דער הייליגער ייטב לב זי"ע. ווען ער איז געווען א יונג קינד איז זיין פאטער באשטימט געווארן אלס רב אין שטאט ווייטצען וואס איז אין אונגארן און דארט איז וואו זיין יונגער זון איז אויפגעצויגן געווארן. ביי די 12 יאהר האט ער שוין גולה געווען למקום תורה, ווען ער איז געפארן לערנען אין די בארימטע ישיבה פון זיין גרויסן זיידן אין איהעל דער בנין דוד, די ישיבה איז געוועהן מפורסם מיט איר אייגנארטיגע דרך הלימוד אויף די פוילישע שטייגער. ער האט אין די יארן זוכה געווען צו באקענען אסאך צדיקים פון פריערדיגן דור ווען זיי זענען געקומען אויף דער יארצייט פון בעל ישמח משה כ”ח תמוז אין איהעל. ער האט דארט אין איהעל צום ערשן מאל געזען מרן הרה"ק מסאטמאר זי”ע.


משחר טל ילדותו איז דער רב זצ"ל געווען א ריכטיגער מבקש, און שטענדיג געזוכט ערליכע אידן קונה צו זיין נאך אין נאך תורה וחסידות, ער האט זוכה געווען צו זעהן זיין גרויסן פעטער הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, ביי זיין באזוך אין פעסט, אין אויך האט ער אלס בחור זיך מסתופף געוועהן ראש השנה בצילו הקדוש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וועלכע האט איהם גאר שטארק מקרב געוועהו טראץ זיין יונגן עלטער.


דער רב איז געווען א אוד מוצל מאש, צוזאמען האבן זיך דער טאטע מיט’ן זון געראטעוועט נאך דער מלחמה פון די דייטשע רשעים ימ”ש, דער יונגער “זלמן לייב” איז געווען איינער פון א מתי מעט פון קינדער אין זיין עלטער וואס זענען ניצל געווארן פון די קאלעך אויווענעס, זייענדיג אלט בלויז פערצן יאהר האט זיך די רב געפינען אינעם געטא צוזאמען מיט זיין זיידן די 'בנין דוד' אין זיינע לעצטע טעג איידער ער איז דעפארטירט געווארן ה"י. נאך גרויסע פעולות און שתדלנות דורך זיין פאטער די ווייטצענער רב איז ער אין די לעצטע מינוט אנטלאפן פונעם געטא צו זיין היימשטאט ווייטצען, פון וואו ער איז פארשיקט געווארן מיט זיין גאנצע משפחה צום ברענעדיגן אוישוויץ, ווי ער האט פארשמאכטעט אין די ערגסטע לאגערן, און מיטגעמאכט שרעקליכע עינויים און יסורי הגוף והנפש, זייענדיג פארוואגלט אין די הענט פונעם דייטש. 


אין אוישוויץ איז זיי געלונגען צו באקומען ארבעט צו טאן אין דער קיך און אזוי האבן זיי ארויסגעשמוגלט עסן פאר די אידן און דורכדעם געראטעוועט אומצאליגע אידישע לעבנס. אלע יארן פלעגט ער דערציילן די נסים ונפלאות וואס ער האט בייגעוואוינט יענעם ערב ראש השנה ווען ער איז צוזאמען מיט נאך עטליכע בחורים אינעם לאגער גענימען געווארן לגיא ההריגה, אין איז אין די לעצטע מינוט געראטעוועט געווארן בניסי נסים פון דעם זיכערן טויט, אויך יו"ט סוכות ווען די רב האט זיך מוסר נפש געוועהן צו עסן א כזית אין סוכה האט ער געכאפט מכות אכזריות פון די דייטשן ימח שמם. שפעטער איז ער גענימען געווארן צו פארשידענע ארבעט לאגערן אין ראמעניע, אלע יארן פלעגט די רב דערציילן די נסים ונפלאות וואס ער האט בייגעוואוינט די יאהרן, וויאזוי ער האט זוכה געווען ארויסצוקומען לעבעדיג און ווידער אויפבליען דעם הערליכן דור ישרים יבורך.


ליידער איז זיין מוטטער די רעבעצין אומגעקומען על קידוש השם, צוזאמען מיט טייל פון זיינע געשוויסטער, אין גרויסע ניסים איז זיין טאטע און דריי פון זיינע געשוויסטער ארויסגעקומען לעבעדיג און געזונט פונעם קריג.


נאך דער קריג איז דער סיגעיטער רב גענומען געווארן אלס איידעם ביי הגאון החסיד המפורסם ר’ בנימין חיים פעלדמאן זצ”ל, א תלמיד פונעם לובלינער רב הגה"ק מהר"ם שפירא זצ"ל אין ישיבת חכמי לובלין, און שלוחה דרבנן לטובת כולל שומרי החומות, די רב זצ"ל איז געווען א שוואגער פונעם ירושלימער רב הגה"ק בעל שערי טוביה זצ"ל וואס איז אויך געווען א איידעם ביי ר' בנימין חיים פעלדמאן ע"ה.


נאכן קריג ווען מרן הרה”ק מסאטמאר זי"ע האט געשיקט זיין טאטן דעם ווייטצענער רב אנצופירן די ערליכע אידישע קהילה אין שיקאגא איז דער זון צוזאמען מיט זיין רביצין און לעבנסבאגלייטערין ע”ה מיטגעגאנגען און ארויסגעהאלפן בעבודת הקודש און פיל אויפגעטאן אריינצוברענגען אידישע קינדער אין ערליכע ישיבות און חדרים.


די רב זכר צדיק לברכה זעלבסט האט שוין אלס בחור מייסד געווען אן אייגענעם בית מדרש און קהילה אין שיקאגא ווי ער האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות פאר די שארית הפליטה וועלכע האבן זיך באזעצט אין שיקאגא, ער האט אויך געדינט אלס מרביץ תורה און מלמד תינוקות אינעם שטאטישן תלמוד תורה.


נאך די חתונה האט ער זיך באזעצט אין קראון הייטס וואס איז אין יענע צייטן געווען א עיר מלאה חכמים וסופרים, און האט געווירבלט מיט חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך דארט באזעצט, ער האט אוועקגעשטעלט זיין שיינעם שטוב על אדני התורה והחסידות, און אנגעפירט זיין בית מדרש ביי זיך אינדערהיים, אין יענעם תקופה אין קראון הייטס האט ער אנגעקניפט א שטארקן קשר מיט זיין פעטער הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע ביי וועם ער האט אלע יאהרן זוכה געווען צו א קירבה יתירה.


אין יענע יאהרן האט ער זיך מדבק געוועהן צו מורו ורבו און שאר בשרו הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און זיך נישט אוועקגערירט פון אים כל ימי חייו, ער פלעג יעדע שבת נאכמיטאג מאכן דעם לאנגן וועג פון קראון הייטס קיין וויליאמסבורג זיך מסתופף זיין בצל קדשו פונעם הייליגן סאטמארע רב זי"ע ביי שלש סעודות און הערן די דברי אלוקים חיים די פייערדיגע שלש סעודות תורה יעדער וואך, כמים פנים אל פנים האט איהם הרה"ק מסאטמאר ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, און עטליכע מאל געשיקט דעם רב זצ"ל אויף פארשידענע שליחות'ער. אין די שפעטערע יאהרן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק וואו ער האט געפענט זיין ביהמ"ד לתורה ולתפילה אויף די 18'טע עוועניו וואו עס שטייט היינט צוטאגס די ספינקא ביהמ"ד.


אין יאר תשל"ו האט זיך אנגעהויבן א נייע מסכתא עשירה בקורות ימי חייו פונעם רב זכר צדיק לברכה, ווען ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט סיגעיט, א שטילע געגנט אינעם שטאטישן געווירבל אין ניו יארק, וואו עס וואוינען עטליכע הונדערט משפחות אויף א רואיגע פארנעם.

נאכן ערהאלטן ברכות הקודש פון זיין רבי'ן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, האט דער רב אנגענומען דאס רבנות אין סיגעיט, און זיך אהינגעצויגן אינאיינעם מיט עטליכע חסידישע משפחות, און אוועקגעשטעלט א יסוד איתן פאר א חסידישע געגנט וואס זאל בליען און וואקסן. אסאך כח און מח האט דער רב אריינגעלייגט אין לויף פון די יארן אויפצובויען די קהילה און מוסדות, אויפגעבויעט דעם פראכטפולן שוהל קהל יראים, וואס ווערט גערופן ביי די לאקאלע איינוואוינער "ראביי מייזליש'עס שוהל", אויך האט ער מייסד געווען א תלמוד תורה דברי צבי, לשמו ולזכרו פון זיין גרויסן טאטן הגה"ק מווייטצען זי"ע.


דער רב האט נושא בעול געווען איבער אלע באדערפענישן פון די חברי הקהילה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אנטפאנגען יעדן בסבר פנים יפות, און מיט א שטענדיגע ליבליכע שמייכל באוויזן צו משפיע זיין אויף אידישע קינדער, מיט זיין לב רחום און אמת'ע ליבשאפט וואס איז נישט מעגליך אראפצומאלן אויף פאפיר.


נאנט צו א יובל יארן נאכאנאנד האט ער פארגעלערנט שיעורים תמידים כסדרן, מדי יום ביומו ומדי מועד במועדו, מקרב געווען אידישע קינדער לאביהם שבשמים, און אויפגענומען מיט פרייד יעדע איינציגע איד וואס האט נאר אדורכגעטרעטן אריבער זיין שוועל.


א ספעציעלע קשר האט ער געהאט מיט הרה"ק מריבניץ זי"ע וועלכער האט פאר א לענגערע תקופה געוואוינט אין סיגעיט, און זיך אויפגעהאלטן אין שטוב פונעם רב זצ"ל, אזוי אויך איז ער געווען גאר בידידות מיט שאר בשרו ידידו ורעו הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע, וועלכער האט צוזאמען מיטן רב אויפגעוואקסן פון די גאר יונגע יארן, און מיטגעמאכט אינאיינעם די שווערע מלחמה יארן.


דער רב איז געווען באקאנט מיט זיין פלאם פייערדיגע עבודת התפילה זייענדיג א בעל רגש מיט גרויס התעוררות, איבערהויפט אין די שבתים און ימים טובים, די ימים הנוראים און הושענא רבא, ווען ער האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פאר לאנגע שעות נאכאנאנד מיט בכיות נוראות זייענדיג מעורר רחמים אויף כלל ישראל.


שטארק דבוק איז ער געווען אין זיינע גרויסע זיידעס, די הייליגע צדיקים לבית עצי התמרים, דער הייליגער ייטב לב נאך וועם ער האט געטראגן דעם הייליגן נאמען יקותיאל יהודה, דער הייליגער ישמח משה אין וועמענס ספרי קודש ער פלעגט לערנען יעדן טאג בקביעות, און די הייליגע צדיקים לבית צאנז און באבוב פון וועם ער האט שטענדיג נאכדערציילט רייכע סיפורים ועובדות מפי ספרים וסופרים.


מיט א מורא'דיגע געטריישאפט איז ער געשטאנען אלע יארן לימין הקודש פון זיין גרויסן טאטן דער ווייטצענער רב זי"ע, אנגעהויבן נאך אין אוישוויץ ביים צווייטן וועלט קריג, און שפעטער אין אמעריקע ווען ער איז צוגעשטאנען מיט א מורא'דיגע געטריישאפט אין יעדע הינזיכט. דאס זעלבע איז געווען בכבוד חמיו ווען ער האט זיך מוסר נפש געווען ארויסצוהעלפן זיין חשובער שווער הרה"ח ר' בנימין חיים פעלדמאן ז"ל, וועלכער האט געוואוינט ביי אים אין שטוב אויף די עלטערע יארן. דאס האט זיך שפעטער איבערגעשפילט ווען דער רב זעלבסט איז שוין געווען אויף די עלטערע יארן, און זיין חשובער איידעם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א מגדולי מנהיגי הדור, האט אוועקגעלייגט די גאנצע ראביסטעווע צו באגלייטן דעם שווער און אים ארויסהעלפן אויף טריט און שריט.


דער סיגעיטער רב איז געווען א ריכטיגער דולה ומשקה מתורתן של ראשונים וואס האט באצויבערט אלעמענ’ס הערצער מיט זיינע וואונדערליכע דרשות וואס ער האט משמיע געווען מיט א זעלטענעם טעם זקנים מלא מלא ותוכן, ער פלעגט באצויבערן אלעמען מיט זיין זאפטיגע שפראך און מליצות, נאכזאגנדיג שיינע דברי דרוש געפלאכטן מיט סיפורי צדיקים, און אריינגעשיינט א ליכטיגקייט אין די אלע אידן וואס האבן זיך מתחמם געווען לאורו הגדול.


די רב האט זוכה געווען אויפצובויען א שטוב וואס איז א פראכט און א שטאלץ פאר כלל ישראל מיט בני שלשים רבעים וחמשים, זין און איידעמער און אייניקלעך וואס באשיינען דעם אויבנאן פון יהדות החרדית אין אמעריקע און אין ארץ ישראל און דערונטער פילצאליגע אור אייניקלעך וואס זענען היינט אליין מחנכים ומרביצי תורה און מורי הוראה בישראל.


בנו הגדול  ממלא מקומו הגה"צ ר' דוד דוב גאב"ד קהל יראים סיגעיט, איידעם ביי הגה"צ אב"ד אראד זצ"ל.


בנו הגה"צ ר' יעקב שלמה אב"ד לימינוב איידעם ביי הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל.


בנו הגה"צ ר' יוסף משה אב"ד לאסק, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד קראסנא זצ"ל.


הגה"צ ר' פנחס מרדכי דומ"ץ סיגעיט, איידעם ביי הרה"ח ר' חיים משה לויפער זצ"ל.


און הגה"צ ר' שמעון זאב אב"ד ישמח משה קרית יואל חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די חשובע איידימער הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל, הגה"צ רבי יחזקאל מייזליש אב"ד אוהעל וויליאמסבורג, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגה"צ רבי יחזקאל הורוויץ אב"ד קנין תורה שטראסבורג, הגה"צ רבי אשר אנשיל שעהר אב"ד קלעסאן און הגה"צ רבי אברהם יהודה לעוו אב"ד תפארת אליעזר.


אויך לאזט ער איבער זיינע חשובער ברודער: הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל, הרה"צ רבי דוד דוב מווייטצען לאנדאן, הגה"צ רבי אלעזר מנחם מענדיל אב"ד ניימארק, און הגה"צ רבי ברוך אב"ד לייפניק בארא פארק.


אין די לעצטערע יארן איז דער רב ליידער געווען אפגעשוואכט, אבער טראץ זיין הויכע עלטער און שוואכע כוחות האט ער נישט נאכגעגעבן גארנישט פון זיין הייליגע עבודה, און האט מפאר געווען בראש המסובים ביי די שמחות במעונו, אין די לעצטע פאר וואכן האט זיך זיין מצב הבריאות שטארק פארערגערט, און פילע אידן האבן מתפלל געווען לרפואתו, מיטן האפענונג אז מען וועט נאך האבן די זכיה צו נהנה זיין פון דעם רייכן קוואל, אבער ליידער נגזרה הגזירה און נעכטן נאנט צו עלף אזייגער ביינאכט איז דער רב נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בשיבה טובה, במעמד די בני המשפחה קינדער און אייניקלעך וועלעכע האבן זיך צוזאמגענומען ארום זיין בעט און געזאגט די פסוקי יחוד, און קבלת עול מלכות שמים, נעכטן זינטאג האבן פילע אידן באגלייט דעם גרויסן נפטר למנוחת עולמים צום בית החיים אין ניו דזשערזי ווי די רב זצ"ל איז געקומען לקבורה בחלקת אבותיו.


חבל על דאבדין ולא משתכחין. זכר צדיק לברכה.





































































































Comments


bottom of page