זונטאג פ' מצורע • ו' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בשעת ווען אידישע קינדער תושבי ארה"ק געבן אפ א שבח והודאה צו השי"ת אויף די נסים ונפלאות וואס האט פאסירט דורכאויס דעם היינטיגן טאג, ווען די מאסיווע שרעקעדיגע מיסיל אטאקע דורך איראן אויף ארץ ישראל האט נישט געברענגט אפילו איין איינציגע פאטאליטעט, ווערט באקאנט די גאר וואונדערליכע דברות קודש וואס כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א האט משמיע געווען די וואך שב"ק תזריע ביי רעוא דרעוין, בלויז געציילטע שעות איידער די אטאקע, איבער א נייע לעכטיגע תקופה פון "המתקת הדינים" וואס קומט אויף כלל ישראל.
דעם רבי'נס פייערדיגע דברי חיזוק ונחמה איבער המתקת הדינים האט זיך געהערט וואונדערליך ביי די חסידים, נאכ'ן זיין צוגעוואוינט די לעצטע האלבע יאר, זינט די מלחמה האט אויסגעבראכן אין ארץ ישראל, איז מדי שבת בשבתו ביי שלש סעודות ביים שמועס טוט דער רבי וויינען און מרעיש עולמות זיין אויף די שווערע דינים וואס איז שורה אויף כלל ישראל, און וויינט אויף די צרות און מדת הדין וואס איז שולט.
ובפרט לעצטע וואך שבת פר' שמיני האט דער רבי געוויינט בדמעות שליש, און געזאגט אז ס'איז "עת צרה היא ליעקב, ס'איז דא שווערע דינים אויף כלל ישראל און מ'דארף עס ממתיק זיין", און לפלא, דעם שב"ק איז געווען אנדערש ווי די לעצטע האלבע יאר, גאר א צווייטע סארט שמועס, דער רבי האט מיט א פרייליכקייט געזאגט מיט דברי חיזוק ונחמה אז ביז יעצט איז שוין גענוג דינים געווען און יעצט הייבט זיך אן א תקופה פון רחמים וחסדים אויף כלל ישראל.
ויהי לפלא, נאך אפאר שעה איז מען געוואר געווארן די גרויסע נסים, ווען הונדערטער מיסלס זענען געפלויגן, און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, ווען מ'זעט בחוש אז דער רבוש"ע באווייזט חסדים און נסים גלוים פאר כלל ישראל.
Hozzászólások