top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ אב"ד צאנז ארה"ב באזוכט אין עיר התורה והחסידות לעיקוואד

זונטאג פ' ויקרא • ז' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא וואס איז אנגעקומען צואסט קיין ניו יארק אויף א באזוך בקרב בני קהילתו, האט פארלאפענעם מיטוואך באזוכט אינעם עיר התורה לעיקוואד לכבוד די חתונה בבית הרבני הנגיד ר' אברהם רייך ראש הקהל דחסידי צאנז אין לעיקוואד. אין לויף פונעם טאג האט די רב שליט''א באזוכט ביי די רבני העיר, די ראשי הישיבה פון ביהמ"ד גבוה, ביי די ברודער כ''ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א, כ''ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט''א, אין ביי שאר בשרו הגה''צ אב''ד רודניק לעיקוואד שליט''א.


די רב שליט''א האט אויך באזוכט אין די מבצרי התורה פון ישיבת ביהמ''ד גבוה ד'לעיקוואד אין זיך אומגעקוקט בשעת די בסדרי הלימודים אין ישיבה.






Comments


bottom of page