מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
שטייענדיג ערב די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, וואס געפאלט היינט מיטוואך נאכט, אור ליום כ"ה אדר ב', איז דער ביה"ח אין שטאט מאנסי שוין פולקאם צוגעגרייט מיט די מאסיווע איינריכטונגען צו אויפנעמען די פילע טויזנטער וואס וועלן ארויפגיין פוקד זיין דעם ציון המציונת להפקד בדבר ישועה ורחמים.
פאלגנד געבן מיר איבער א רייע וויכטיגע אנווייזונגען לקראת די הילולא, מטעם דער וועד ציון הקדוש סקולען:
עס איז געווארן צוגעשטעלט גענוג פארקינג אין אין די דעזיגנירטע פארקינג צענטערן, און מ'בעט נישט צו פארקירן די קארס אויף די ארומיגע גאסן פונעם ביה"ח.
תלמודי תורה וועלכע ברענגען די ילדי תשב"ר ווערן געבעטן אז מען זאל נאר מיטברענגן עלטערע כיתות.
דער גאנצער וועג ארויף צום בית החיים וועט צעטיילט ווערן אין צוויי ליניעס, מיט באזונדערע ליניעס פאר מענער און פרויען לעמוד על המשמר בגדרי הצניעות. מען בעט דעם חשוב'ן ציבור אויסצופאלגן די אנווייזונגען.
א ריזן שאטער איז אויפגעבויט געווארן ארום דעם ציון הק', צו פארזיכערן אז יעדער קען זיך אוועקשטעלן מיט ישוב הדעת און זיך אויסבעטן ישועות ורפואות. די טענט ווערט צוגעגרייט מיט א ספעציעלע שטארקע הייצונג סיסטעם.
כהנים דארפן זיין אפגעהיטן ארויפצוגיין דעם בארג נאר דורכ'ן צו האלטן אינדערמיט פונעם וועג און נישט גיין נאענט ד' אמות צו די קברים. דער שאטער איז נישט איבער'ן אהל און נישט איבער אנדערע מצבות.
עס איז אויפגעבויעט געווארן א ליכט טענט צו קענען צינדן ליכט פאר בחנם דורכאויס די פיר-און-צוואנציג שעה. עס איז פארבאטן אנצוצינדן לעכט אינעם גאנצן שאטער ארום דעם ציון.
א ריזן שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן אונטען פונעם בארג, ביים פארקינג לאט, וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט נארהאפטיגע מזונות ומשקאות דורכאויס דעם גאנצן טאג, צוגעשטעלט בהרחבה גדולה.
עקסטערע טענטס זענען צוגעשטעלט געוווארן ביים פארקינג לאט פאר אנגייענדע מניני מנחה ומעריב. יעדע צען מינוט וועט זיך שטעלן א מנין מנחה ומעריב – געוואנדן לויט די צייט. מען בעט דעם ציבור זיך צו שטעלן בלויז ביי די דעזיגנירטע פלעצער כדי נישט צו שטערן דעם סדר.
אן עקסטערע ארויסגאנג פונעם בית החיים איז געווידמעט פאר קארס וועלכע זענען פארקירט געווארן אינעם פארקינג לאט פונעם ביה"ח, און עס וועט בלויז ערמעגליכט ווערן ארויסצופארן פון די ארויסגאנג הונטער דעם גרויסן פארקינג לאט.
באזונדער וועט במשך די 24 שעה פון די יארצייט זיין צוגעגרייט דער סקולענער ביהמ"ד אין מאנסי, און ווי אויך א ספעציעלע הכנסת אורחים שאטער אינדרויסן פון ביהמ"ד, צו מקבל זיין די פילע אורחים מיט מזונות און משקאות בהרחבה גדולה און אנדערע צרכים.
די מקוה אינעם סקולענע ביהמ"ד וועט זיין צוגערישט לתועלת הציבור רונדע די יארצייט, און וועט זיין אפן "בחנם" א גאנצן טאג.
ווי באקאנט האט דער בעל ההילולא זי"ע לוחם געווען כל ימיו קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע, דעריבער ווערט דער ציבור אויפגעפאדערט בשום אופן נישט צו קומען מיט קיין סמארטפאונ'ס צום ציון, און מיט דעם מקיים צו זיין רצון צדיק, ומה כאן עומד ומשמש וועט ער זיכער זיין א מליץ יושר למזהיר ולנזהר.
ישראל נושע בה'
Comments