top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביתר • מעמד קבלת פנים לכבודו פון האד' מתולדות אברהם יצחק ביים אנקומען אין שטאט אויף שבת

מוצאי שבת פ' תצוה • ט"ו אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות האבן תושבי עיר ביתר מקבל פנים געוועהן כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט אין געפראוועט א גריסער שבת בקרב חסידיו, לרגל די שבת של שמחה די עלייה לתורה פון נכדו החתן, א זוהן פון בנו הגה"צ רבי חיים מאיר קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר, נאך עטליכע יאהרן וואס די רבי האט נישט געוויילט אויף שבת אין שטאט. פילע חסידים ואנשי מעשה מקרוב ומרחוק האבן מיטגעהאלטן דעם שבת של שמחה אין שבתא דריגלא בצל הקודש.


דעם ליל שישי בבואו לחון את פני העיר איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן שליט''א אין שטוב פון הנגיד ר' אריה קרישעווסקי. דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן די תפילות אין שולחנות הטהורים אין די גרויסע אודיטאריום בשכינות פון ביהמ"ד תולדות אברהם יצחק אין די גבעה B געגענט, די אכסניא איז געוועהן בבית בנו די הגה"צ ר' חיים מאיר קאהן. אויף שבת האבן די עסקנים איינגערישט א פריוואטע מקווה טהרה מיט וואס די רבי האט זיך באנוצט דורכאויס שבת.






Comments


bottom of page