top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע איי. סי. יו. אפטיילונג אין לניאדא שפיטאל באנייעט ביי ערהאבן מעמד חנוכת הבית אין שפיץ פון האד' מצאנז

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן זינטאג אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזות אין די לניאדא שפיטאל אין קרית צאנז נתני', מיסודו פון הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואו עס איז באנייעט געווארן א שפאגל נייע 'איי סי יו' אפטיילונג צו קענען ארויסהעלפן און באדינען חולי ישראל בעת צרה, מיט מער רואיגקייט און הרחבת הדעת.


די נייע אפטיילונג איז נתנדב געווארן דורך די בארימטע משפחת ראזענבערג פון מאנטריאל, אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' מיכל ראזענבערג וועלכע האבן באשלאסן צו פינאנצירן און מנדב זיין די נייע אפטיילונג לזכרו פונעם ראש המשפחה, אשר ידיו רב לו בעסק הצדקה והחסד הרה"ח ר' אברהם ישי ראזנבערג ז"ל.


לכבוד המאורע איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אראפגעקומען צום שפיטאל אינאיינעם מיט בניו הרבנים הגאונים הצדיקים. די רבי שליט"א איז אויפגענימען געווארן דורך די רבנים פון שפיטאל, און די הויכראנגיגע פראפעסארן, אין קובע געווען א מזוזה ביים אריינגאנג פונעם אפטיילונג, דערנאך איז די רבי דורכגעגאנגען דעם נייעם פליגל, מיט אירע אלע צימערן און געזעהן פונדערנאנט אלע נייע מאשינען צו פארגרינגערן פאר חולי ישראל, און זיי דערהאלטן ביז צו א רפואה שלימה.


דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו די רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, עס האט אויפגעטרעטן די דירעקטאר פון שפיטאל נדב חן וועלכע האט באגריסט די געוואלדיגע דערגרייכונג מיט די נייע אפטיילונג, אין דערנאך האט מען געהערט קורצע ווערטער פון הרב מתתי' ראזענבערג פון מאנטריאל א זוהן פונעם נדבן, די רבי שליט"א האט פארלאזט די שפיטאל איבערלאזנדיג שפע ברכות פאר משפ' ראזנבערג הנכבדה, פארן שפיטאל פארוואלטונג אין א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל.









Comments


bottom of page