top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ביים ציון פון חותן המלך כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל לכבוד די יארצייט

דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, איתי קצב, JDN

 

היינט צופרי נאך שחרית איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' פונעם שווער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל אינעם אוהל אויפן בית החיים זכרון מאיר אין בני ברק אין באגלייטונג פון א מנין מצומצם פון משמשים בקודש און די קינדער, ווי די רבי האט געצינדן ליכט געזאגט די מזמורי תהילים און דערנאך מתפלל געווען א תפילה חרישית.


אויפדערנאכט האט זיך דער רבי משתתף געוועהן ביים סעודת הילולא בבית מדרשו פונעם גרויסן שוואגער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א און מיט די השתתפות פון די אנדערע שוואגער'ס האדמורי"ם והרבנים שליט"א.


דער רבי שליט"א האט זיך מטריח געווען טראץ חולשת גופו הטהור לכבודו פון זיין באליבטן שווער זצ"ל צו וועם די רבי שליט"א איז געוועהן אדוק ומקושר בחיים חיתו, האד' מטשערנאביל האט זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו לכבודו און פארבעטן דעם רבי'ן צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד די יארצייט, ווי די רבי שליט"א האט ארומגערעט איבער די שייכות פון די יארצייט פונעם שווער מיט די הילולא קדישא פון זקינו בעל אהבת שלום צו וועם די שווער איז געווען אזוי דבוק אויף א פלא'דיגן אופן.



Comments


bottom of page