מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אבי ס.
דעם אנהייב וואך זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א א געקליבענער צאל נדיבים בעם וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער פאר די נייע 'שמחת יו"ט פאנד', וואס האט פארטיילט א תמיכה נכבדה אויף יו"ט פסח פאר אלע תושבי שיכון סקווירא, ספעציעלע געלט קארטליך אין ווערד פון 1,100 דאללער צו קענען איינקויפן צרכי יו“ט, און אריינטרעטן אינעם הייליגן חג החירות מיט הרחבת הדעת.
די רבי שליט"א האט פארטיילט עפלעך און ווארעם אנגעוואונטשן די נדיבים בעם ובראשם הרבני הנגיד ר' נחום רוקח הי"ו פון לעיקוואד דער בריח התיכון פון דעם אונטערנעמונג, אזוי אויך האט די רבי מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע ארבעט צו קענען צושטאנד ברענגען די חלוקה מהנה צו זיין די טויזנטער תושבי השיכון.
Comments