top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע שמחת נישואין לנכד האד' מספינקא החתן בן בנו בכורו הגה"צ אבד"ק ספינקא

זונטאג פ' תצוה • ט' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


א גרויסן ציבור האט די וואך מיטגעהאלטן די רבי'שע חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגדול הגה"צ ר' יהושע שלום ווייס שליט"א אב"ד ספינקא, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא בארא פארק שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אב"ד בית אהרן, די חתונה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק, במקהלות עם רב חסידי ואנשי מעשה.


דורכאויס די שמחה האבן באשיינט בראש המסובים פילצאיגע אדמור"ים ורבנים חשובים, צווישן זיי האדמור"ים מראחמיסטריווקא, וויז'ניץ וויליאמסבורג, וויז'ניץ בארא פארק, בית חיים יהושע, סערדאהעלי, תולדות יהודה, אין נאך פיל. נאכן בענטשן האט דער בדחן הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש אויפגערופן די זיידע כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א צו מצוה טאנץ, ארויסברענגנדיג די הרגשים, פון איין זייט די שבח והודאה אז מען איז זוכה אז די רבי שליט"א זיצט בתוכנו און באשיינט די שמחה, אבער פון די אנדערע זייט די שווערע געפילן זעהנדיג דעם ספר תורה שרוי בצער ווען די רבי שליט"א איז נאך זקוק צו א גאנצע רפואה נאך דעם שווערן דורכגאנג דעם זומער, ער האט דערביי מעורר געוועהן דעם ציבור מתפלל צו זיין לחיזוק הכוחות פונעם רבי'ן שליט"א.































































Comentarios


bottom of page