top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחיל אל חיל • מסיבת לחיים צום ערעפענען פון נייעם "יונגל קעמפ" מחנה סאטמאר בארא פארק

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין נאך א רינגעלע אין די קייט פון הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדות סאטמאר בארא פארק איז היינט באַשטעטיגט געווארן, ביי א מסיבת לחיים בבית האכסניא פון כ״ק האדמו''ר מסאטמאר שליט״א אין מיאמי פלארידא, אז די הנהלת המוסדות גרייט זיך צו ערעפענען א נייעם הערליכן ״יונגל קעמפ״, מחנה סאטמאר בארא פארק, פאר די תלמידי המוסדות הק׳, נאך אויף דעם זומער תשפ״ד הבעל"ט.


די נייע אויג-פארכאפנדע לאקאציע אין קענאוזע לעיק ניו יארק, וועט ווערן הערליך איינגערישט דורך הנהלת המוסדות, ערעמעגליכט על ידי נדבת לבבם הטוב פון נגידי סאטמאר בארא פארק, ובראשם הנדיב ר׳ ליפא פריעדמאן הי״ו, וועלכע איז אנטקעגנקומען די הנהלה, צו שענקען דעם ערשטן מיליאן דאלער איינצופעדימען די היסטארישע אונטערנעמונג תיכף ומיד!


נעכטן נאכמיטאג, איז פארגעקומען א התרגשות׳דיגער ״מעמד לחיים וקנין זכות״ ביי כ״ק האדמו''ר מסאטמאר שליט״א במקום הנופש אין נארט מיאמי, וואו די רבי שליט״א וויילט אצינד למנוחה, מיט דער באטייליגונג פון די חברי הנהלת המוסדות און דעם רבינס זוהן הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א.


באותו מעמד האט הנגיד ר׳ ליפא פריעדמאן הי״ו, אראפגעלייגט זיין נדבה אדירה אויפ׳ן פּלאץ, און אפגעקויפט דעם זכות ״שם הבנין״ פונעם ״צענטראלן קעמפ בילדינג״, וואס אנטהאלט דעם הערליכן עס-זאל, דארמיטארי צימערן, מילכיגע און פליישיגע קיכן און אלע צוגעהערן אויפ׳ן שענסטן פארנעם. עס איז באשלאסן געווארן בחפצו וברצונו הטוב פונעם נדיב, צו ווידמען דעם נאמען פונעם בנין לכבודו פון זיין טאטן, דער לעגאנדארער משב״ק בית סאטמאר הרה''ח ר' משה פריעדמאן הי''ו ווען דער צענטראלער בנין וועט פאראייביגט ווערן אלס ״בנין משה פריעדמאן משב״ק״ לכבודו ולזכותו.


די רבי האט אונטערגעשריבן דעם שטר זכות, און געוואונטשן דעם נדיב, וועלכער שפאנט מחיל אל חיל נאָכ׳ן אפקויפן דעם בנין הת״ת ״בנין ליפא פריעדמאן האדיר״ צום "בנין משה פריעדמאן" אז די אלע זכותים זאלן אים באגלייטן מיט נחת והרחבה עד עולם.



Comments


bottom of page