מאנטאג פ' מצורע • ז' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
א דערהויבענע שבת של שמחה געפראוועט בחצר קדשו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אין בארא פארק לרגל שמחת הברית ביי א אייניקל פונעם רבין שליט"א בן הנולד ביי בנו בכורו הרה"צ רבי אהרן בידערמאן שליט"א פון ירושלים.
די לעלובער רבי האט געפראוועט דעם שבת של שמחה אנגעהויבן פון די שלום זכר און די ברית, די שבת איז כדרכו בקודש פונעם רבין שליט"א וואס איז באקאנט מיט זיין אויסטערלישע עבודת הקודש למעלה מן הזמן געפראוועט געווארן מיט א העכערקייט פון סדר זמנים.
די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו פראווען דעם סעודתא דחקל תפוחין קדישין שבת ביינאכט ארום 5:00 פארטאגס און די דערהויבענע טיש האט זיך פארצויגן עד שאמרו הגיע זמן קריאת שמע און מען האט געבענטשט ברכת המזון אכט דרייסיג צופריא, נאך א הפסקה פון ארום א שעה האט מען זיך שוין געשטעלט דאווענען שחרית.
ארום איינס אזייגער נאך תפילת שב"ק איז די רבי שליט"א ארויס פאר א הפסקה און זיך געגאנגען גרייטן צום ברית בשרעפות אש קודש און מיט א טבילה במקוה און ארום פיר אזייגער נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום ברית, די איידעם פונען רבין שליט"א הרה"ח ר' לייזער וויליגער שליט"א איז נתכבד געווארן מיט קוואטער און די רבי שליט"א האט מכבד געווען די מחותן הרה"צ רבי אלימלך טירנויער שליט"א מטאהש מיט סנדקאות, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א איז געווען מוהל און די רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל שמואל מאיר נאכן זיידן הרה"צ רבי שמואל מאיר לייפער זצ"ל.
נאכן ברית איז געווען נאך א הפסקה און אכט אזייגער ביינאכט איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו די סעודה דצפרא דשבתא און סעודת ברית וואס האט זיך געצויגן ביז נאך חצות הלילה נאנט צו איינס אזייגער און דערנאך איז די רבי ארויס פאר צוויי שעה און דריי אזייגער פארטאגס איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו סעודה שלישית וואס האט זיך געצויגן ביז פינעווע צופריא און דערנאך, זעקס אזייגער פארטאגס האט מען געדאווענט מעריב.
צו הבדלה איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו ארום אכטע צופרי און גלייך דערנאך, ארום ניין אזייגער האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צו סעודתא דדוד מלכא משיחא מיט א שלהבת אש קודש ביז די דערהויבענע שבת איז געקומען צו א ענדע ביים בענטשן אויף מלוה מלכה זונטאג ביי חצות היום.
תאיר כאור יום חשכת לילה
Comments